דער פֿירער פֿון דער בריטישער אַרבעטער־פּאַרטיי, וואָס וועט אפֿשר ווערן דער ערשטער ייִדישער פּרעמיער־מיניסטער פֿון גרויס־בריטאַניע, האָט דאָנערשטיק באַרויִקט די ישׂראל־שטיצערס אַרום דער וועלט מיטן אַרויסזאָג, אַז ער האַלט זיך פֿאַר אַ ציוניסט.
עד מיליבאַנד איז דער זון פֿון לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן, אָבער מע האָט אים קיין מאָל ניט באַטראַכט ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער קהילה. זײַנע טאַטע־מאַמע, ביידע מאַרקסיסטן, האָבן אים דערצויגן אין אַ שטרענג אַטעיִסטישן גײַסט און ער האָט זיך קיין מאָל ניט באַטייליקט אין די געוויינטלעכע צערעמאָניעס פֿון בריטישע ייִדן, אַפֿילו ניט קיין בר־מצווה־צערעמאָניע.
זײַן לינקע פֿאַרגאַנגענהייט און עטלעכע קריטישע באַמערקונגען זײַנע לגבי די צה”ל־אָפּעראַציעס אין עזה האָבן ביז לעצטנס אַרויסגערופֿן אויף אים אַ חשד. דערווײַל האָט ער אָבער אַרויסגעוויזן אַ גרייטקייט זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער ייִדישער קהילה: אַ פּערזענלעכער עסיי וועגן זײַן ייִדישער אידענטיטעט, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אינעם היגן זשורנאַל New Statesman; באַמערקונגען וועגן זײַנע רעליגיעזע וואָרצלען אין אַ רעדע פֿאַר דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי; זיצונגען מיט קהילה־פֿירערס; און דאָנערשטיק — דער ערשטער אָפֿענער דיאַלאָג צווישן אים און אַ ייִדישן עולם.
דער דעפּוטאַטן־ראָט פֿון בריטישע ייִדן און די לאָנדאָנער צײַטונג Jewish News האָבן אָרגאַניזירט די דיסקוסיע, וואָס איז אין תּוך געווען אַ פֿרײַנדלעכע. זעלטן האָט מען געפֿרעגט אַ האַרבע שאלה, און מיליבאַנד האָט געהאַט גענוג צײַט צו רעדן וועגן דער אינעווייניקסטער בריטישער פּאָליטיק — אַ טעמע, וועגן וועלכער ער פֿילט זיך מער באַקוועם צו רעדן ווי וועגן דער צוקונפֿט פֿון מיטעלן־מיזרח.
מיליבאַנד האָט מודה געווען, אַז די רעליגיע האָט אין זײַן משפּחה ניט געשפּילט קיין גרויסע ראָלע, אָבער ער האָט צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿונעם עולם ווען ער האָט גערעדט וועגן די איבערלעבונגען פֿון זײַן מאַמען במשך דעם חורבן. די פּאָליטיק פֿון זײַנע עלטערן האָט ער כאַראַקטעריזירט ווי “תּיקון עולם”. אַ פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל פֿילט ער נאָך פֿון די קינדעריאָרן, ווען ער האָט באַזוכט זײַן באָבע אין תּל־אָבֿיבֿ. די ערשטע אַפּלאָדיסמענטן זײַנען געקומען נאָך די ווערטער: “איך פֿיל דעם גרעסטן דרך־ארץ, באַוווּנדערונג, און דאַנקבאַרקייט, ניט בלויז פֿאַר גרויס־בריטאַניע, נאָר אויך פֿאַר מדינת־ישׂראל, וואָס האָט געגעבן מײַן באָבען אַ מקום־מיקלט; ישׂראל האָט איר געגעבן אַ טרייסט”.
דערנאָך האָט מיליבאַנד באַטאָנט זײַנע פּראָ־ישׂראלדיקע פּאָליטישע מיינונגען — אַ זאַך, וואָס ער האָט פֿריִער ניט געטאָן אין דער עפֿנטלעכקייט. כאָטש ער איז “ניט שטענדיק מסכּים” מיט דער ישׂראל־רעגירונג, איז ער “אומטאָלעראַנט לגבי אַזעלכע, וואָס נעמען ניט אָן ישׂראלס רעכט צו עקסיסטירן”. ער שטעלט זיך קעגן די ישׂראל־בויקאָטן, ניט ווי אַ סך יוניאָנס, וואָס האָבן אים געשטיצט ווי דער פֿירער פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי. אָבער דער הויכפּונקט בײַם עולם איז געווען ווען מיליבאַנד האָט געענטפֿערט אויף דער פֿראַגע, צי ער איז אַ ציוניסט: “יאָ, איך האַלט זיך פֿאַר אַ שטיצער פֿון ישׂראל”. פֿון דעסטוועגן, זײַנען געווען צוהערערס, וואָס האָבן באַדויערט, אַז ער האָט ניט געזאָגט פּראָסט און פּשוט: “איך בין אַ ציוניסט”.
מיליבאַנד האָט ווײַטער פֿאַרזיכערט דעם עולם, אַז ער וועט שטיצן די רעכט פֿון דער קהילה אָפּצוהיטן די ייִדישע דינים און מנהגים, אַרײַנגערעכנט שחיטה און ברית־מילה. ער האָט איבערגעחזרט, אַז ישׂראל האָט אַ רעכט צו עקסיסטירן אין זיכערקייט און ער האָט זיך אויסגעדריקט לטובֿת דער לייזונג פֿון צוויי מדינות אין ארץ־ישׂראל. לגבי איראַן שטיצט ער אַ פּאָליטיק פֿון סאַנקציעס און פֿאַררהאַנדלונגען, אָבער צוויי מאָל האָט ער געזאָגט: “קיין אַנדערע אָפּציעס זאָלן מיר ניט אויסשליסן”.
די פֿאַרגאַנגענע צוויי פֿירערס פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי, טאָני בלייר און גאָרדאָן בראַון, זײַנען ביידע געווען געטרײַע שטיצערס פֿון ישׂראל און מע האָט זיי געהאַלטן פֿאַר פֿאַרלאָזלעכע פֿרײַנד, סײַ אין ירושלים, סײַ אין די ייִדישע געגנטן פֿון גרויס־בריטאַניע, נאָך איידער זיי זײַנען געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער.
דווקא דעם ערשטן ייִדישן פֿירער פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי האָט מען חושד געווען. אָבער די איצטיקע רעדע זײַנע האָט געהאָלפֿן צו באַרויִקן אַזעלכע וואָס האָבן געהאַט ספֿקות — אַרײַנגערעכנט דעם ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר.
רעדע פֿונעם פֿירער פֿון דער בריטישער אַרבעטער־פּאַרטיי, עד מיליבאַנד, וואָס וועט אפֿשר ווערן דער קומענדיקער פּרעמיער־מיניסטער, האָט באַרויִקט ישׂראל־שטיצערס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.