דאָס ווערטל שילדערט אָפּ אַ מענטשן וואָס האַלט שטאַרק פֿון זיך און פֿון זײַנע מיינונגען. דעריבער האָב איך באַשלאָסן צו ווענדן זיך צום וואַטיקאַן מיט אַן אַפּליקאַציע, נעמלעך, צוצושטעלן זיך צו די וואַלן אויפֿן אַמט פֿון קומענדיקן פּויפּסט. ערשטנס, ציט זיך מײַן יחוס העט, העט אַזש פֿון זייער געטלעכן בן־יחיד ישו בן יוסף; פֿאַרגעסט נישט, אַז ער האָט געהאַט אַ לעבעדיקן טאַטן, און קיין איין פּויפּסט ביז אַהער האָט נישט אָפּגעשטאַמט פֿון אחינו בני ישׂראל אין מדינת־וואַטיקאַן.
זייער פּויפּסט עמעריטוס דער ערשטער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דער גזע שׂונאי־ישׂראל, פֿונעם אַלטן גערמאַנישן שבֿט, ליבהאָבער פֿון סאַוערבראַטן, האָט ער זיך באַרעכנט, אַז אין זײַנע ימים־אַחרונים וועט ער אַבדיקירן איידער דער מלאך־המוות דערלאַנגט אים דעם ענטגילטיקן קוש מיט די רייד:
“זאָל דיר די נסיעה אויפֿן עולם־האמת זײַן אַזוי גליטשיק ווי עס איז געווען דײַן דאָ זײַן ביז אַהער.”
איך ווייס, אַז ווײַבער זײַנען אויסגעשלאָסן פֿון פּויפּסטלעכן אַמט. עס איז אָבער פֿאַראַן אַ פּרעצעדענט: עס איז שוין געווען געשיכטלעך אַ פויפּסט אַ פֿרויענצימער אין די צײַטן פֿון מיטלאַלטער, צי זיי ווילן דאָס יאָ אָנערקענען צי ניין. עס זײַנען אַפֿילו דאָ שריפֿטלעכע באַווײַזן דערויף, דאָקומענטן שוואַרץ אויף ווײַס. סײַ פֿון די שריפֿטן פֿון טשערנאָבלער רבין, ר’ דודל ז”ל, סײַ פֿון צוויי איטאַליענישע וואַטיקאַן־פֿאָרשערינס.
איז ווי האַלטן מיר? עס איז געקומען די העכסטע צײַט אײַך צו באַקענען מיט דער ערשטער און לעצטער פויפּסטערינע, וואָס איר געשיכטע לייענט זיך ווי אַ בײַקע פֿון די מעשׂה־ביכלעך. איר געשיכטע ליגט פֿאַרטײַעט ערגעץ אין די וויטרינעס פֿון די פויפּסטלעכע פֿאַרהוילענע, אַנאָנימע שלעסער — אָבער נישט פֿון די צוויי פֿאָרשערקעס, וועלכע האָבן מיט אַ צײַט צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך וואָס הייסט „באָן אַפּעטיט, אײַער עמינענץ פּויפּסטין.”
די מעשׂה גייט אַזוי: געווען אַמאָל אין רוים אַ מיידל מיט אַ גוטן קאָפּ אויף די פּלייצעס. איר האָט געצויגן צו די הייליקע קריסטלעכע ביכער. זי איז געוואָרן אַ מומחה פֿון אַלטן און פֿון נײַעם טעסטאַמענט. זי האָט גוט געוווּסט, אַז אַ מיידל איז אַ בראַק, אַז קיין שום קריסטלעכע אַקאַדעמיע וועט זי נישט צולאָזן צום טיש. האָט זי זיך איבערגעטאָן אין מענערישע קליידער און אַוועק שטודירן די קריסטלעכע תּורה אין געקליבענע אינסטיטוציעס מיט פּרעסטיזש. מען האָט זי דערהויבן צום ראַנג פֿון גלח, ביסקופּ, אַרציביסקופּ מיטן שטעקן, און קאַרדינאַל. זי האָט געטראָגן אַ מאָנאַכישן מאַנטל מיט אַ שפּיצן־קאָלנער. ביז דער פויפּסט אין רוים איז געשטאָרבן. האָט מען זיך באַראָטן זיבן טעג און זיבן נעכט און אויסגעוויילט די בחורטע ווי דעם פּויפּסט אין רוים.
דער עולם האָט גאָרנישט חושד געווען, אַז אונטער די פויפּסטלעכע פּאַלערינעס קלאַפּט דאָס האַרץ פֿון אַ מויד. און אַזוי ווי די חבֿרה הייליקע טאַטעלעך האָבן ליב געהאַט אַרומצושליאָנדערן זיך אַרום די רוימישע געסלעך און ליקעס, אַזוי האָט זיך די מויד פּויפּסטין אַרומגעשלעפּט איבער רוים בײַ נאַכט. קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָ דרייט זיך אַרום אַ פֿרויענצימער אין הויזן.
ביז די פּויפּסטין איז פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. און אַזוי ווי די פּויפּסטלעכע קליידער זײַנען לאַנג און ברייט, איז קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן וואָס דאָ קומט פֿאָר. ווען די פּויפּסטלעכע מויד איז געשטאַנען אויפֿן באַלקאָן פֿון וואַטיקאַן און געהאַלטן די יום־טובֿדיקע דרשה וווּ זי האָט געטאַדלט און געפֿאָדערט „אָבסטרעפֿערוס אָבסטינאַטוס,‟ מיט איין וואָרט, אָפּהאַלטן זיך פֿון „ליבידאָ סעקסואַליס‟, אָפּהיטן צניעות און אין מיטן דערינען האָט זי פּלוצים דערשפּירט די ווייען.
פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינער ווייסט נישט וואָס ווײַטער איז געשען, בלויז מײַן פֿאַנטאַזיע האָט זיך צעשפּילט מיטן געדאַנק, — אויב ס’איז געווען אַ ייִנגל האָט מען אים דעמאָלט גרינג געקענט פֿאַררעכענען ווי משיחס צווייטן אָנקום.
און איצט צוריק צו מיר און מײַן אַפּליקאַציע. איך האָב קיין מאָל נישט געהערט צו קיין סובווערסיווער פּאַרטיי און נישט געטשעפּעט אַ פֿליג אויף דער וואַנט און בין אין רײַפֿן עלטער אָנצונעמען דעם „דזשאַב.” מײַן איינציקע זאָרג ביז אַהער איז וואָס מען וועט מיך נישט אַרויסזען פֿון אונטער די פּויפּסטלעכע פּאַלערינעס מיט די ריזיקע רויטע קאַפּעלעך.
איז ווען איך וועל שטיין אויפֿן באַלקאָן און האַלטן מײַן דרשה וועגן אַן אויסגעבלאָזן איי, וועט מען נישט וויסן ווער עס רעדט, די רביצין יונגרײַס צי מרים הנבֿיאה. מיט איין וואָרט, אַכמאַדינעדזשאַד קען זיך אויפֿהענגען אויף אַ צוקער־שנירל וועט ער האָבן אַ זיסן טויט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.