באָסטאָן. — ווען מאַריאַן מאַרזשינסקי איז געווען 5 יאָר אַלט, האָבן זײַנע עלטערן אים געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי אַרויסצושמוגלען זייער זון פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. דאָס איז געשען אינעם יאָר 1942. מאַרזשינסקיס משפּחה איז געווען צווישן די 400,000 ייִדן, וועלכע זענען געווען פֿאַרשפּאַרט דאָרטן דורך די נאַציס במשך פֿון צוויי יאָרן, אין אַ קליינעם שטח פֿון אַרום 1.3 קוואַדראַט-מײַל אינעם צענטער פֿון דער שטאָט. מאַרזשינסקיס עלטערן האָבן געוואָרנט זייער קינד, אַז כּדי אויסצולעבן, וועט ער מוזן פֿאַרגעסן, ווער ער איז.
די דאָזיקע עצה האָט געהאָלפֿן דעם קליינעם מאַריאַן זיך אויסצובאַהאַלטן במשך פֿון דרײַ יאָר, אָפּגעריסן פֿון די עלטערן. ער איז געוואָרן איינער פֿון די איינציקע לעבן-געבליבענע אַסירים פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. שפּעטער, לעבנדיק שוין אין אַמעריקע, האָט מאַרזשינסקי, געבוירן מיטן נאָמען מאַריאַן קושנער, געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וועלכער האָט געוווּנגען אַן „עמי‟־פּריז. איצט האָט דער 75־יאָריקער רעזשיסאָר, באַקאַנט מיט אַ צאָל פֿילמען וועגן דעם חורבן און די פּוילישע ייִדן, באַשלאָסן צו מאַכן אַ פֿילם וועגן זײַן אייגענער חורבן-געשיכטע און וועגן אַנדערע מענטשן פֿון דער שארית-הפּליטה, וועלכע זענען געבליבן לעבן צוליב דעם, וואָס במשך פֿון דער גאַנצער מלחמה האָבן זיי תּמיד אויסבאַהאַלטן זייער ייִדישן אָפּשטאַם. דער נײַער פֿילם, מיטן נאָמען „Never Forget to Lie‟ („קיינמאָל פֿאַרגעס נישט צו זאָגן אַ ליגן‟), וועט געוויזן ווערן אויפֿן אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלן טעלעוויזיע־קאַנאַל „PBS‟ דעם 30סטן אַפּריל, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע „Frontline‟.
אינעם שעה-לאַנגן פֿילם, פּראָדוצירט צוזאַמען מיט דזשייסאָן לאָנגאָ, הייבט אָן מאַרזשינסקי מיט אַ געשיכטע וועגן זײַנע קינדער־יאָרן און וועגן דעם לעבן פֿון זײַנע עלטערן — וועלטלעכע וואַרשעווער ייִדן. דערנאָך דערציילט ער, ווי אַזוי זײַן משפּחה איז פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער געטאָ, און ווי אַזוי ער איז אַנטלאָפֿן אין אַ קאַטוילישן יתומים-הויז, וווּ ער האָט געדינט ווי אַ קריסטלעך פּויליש קינד בײַם קלויסטער-אַלטאַר.
מיט זײַן קינסטלערישן עמאָציאָנעלן טאַלאַנט דערציילט דער רעזשיסאָר וועגן אַנדערע ייִדישע קינדער, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט אויף אַן ענלעכן אופֿן, וועגן זייער שווערער קינדהייט, פֿול מיט טראַגעדיע און פֿאַרלוסט. אַ צאָל סצענעס זענען אָבער מער לוסטיקע און ווײַזן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין קראָקע.
אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ייִט״אַ האָט מאַרזשינסקי דערקלערט, אַז דער חידוש פֿון זײַן פֿילם באַשטייט אין אַ נײַעם קוקווינקל אויפֿן חורבן — ווי אַ מעשׂה וועגן צוגעגנבֿעטע קינדער-יאָרן, וועלכע דער רעזשיסאָר פּרוּווט צו ברענגען צוריק. ס׳רובֿ פֿילמען וועגן דעם חורבן פֿאָקוסירן זיך אויף דעם שוידערלעכן לעבן פֿון דערוואַקסענע ייִדן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. מאַרזשינסקי האַלט, אַז זײַן דאָקומענטאַר וועגן לעבן-געבליבענע קינדער איז וויכטיק, ווײַל זיי זענען הײַנט — נאָך אַזויפֿיל יאָרן — געבליבן די לעצטע לעבעדיקע עדות-זאָגער פֿון דער חורבן-תּקופֿה. ס׳איז געקומען פֿאַר זיי די צײַט, באַטאָנט דער רעזשיסאָר, צו דערציילן דער וועלט זייערע לעבנס-געשיכטעס.
שאַראָן פּאָקער ריוואָ, אַן אַסיסטענט-פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער קינעמאַטאָגראַפֿיע בײַם בראַנדײַס-אוניווערסיטעט, האָט געזאָגט, אַז מאַרזשינסקי, להיפּוך צו אַ סך אַנדערע רעזשיסאָרן, וועלכע גיבן איבער מעשׂיות וועגן אַנדערע מענטשן, האָט נישט געמוזט האָבן קיין פֿאַרמיטלער. זײַן פֿילם איז וועגן דער וועלט, וווּ ער איז אַליין דערצויגן געוואָרן.
מאַרזשינסקיס טאַטן האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון אַ באַן, וועלכע האָט געפֿירט ייִדן אין אַ טויט-לאַגער. שפּעטער האָט מען אים אָבער געכאַפּט און דערהרגעט אין אַ וואַלד לעבן וואַרשע. זײַן מאַמע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַנדער לעבן-געבליבענעם. איר זון האָט זיך אומגעקערט צו איר נאָך דער מלחמה.
לעבנדיק אינעם קאָמוניסטישן פּוילן, האָט מאַרזשינסקי זיך אָנגעשטויסן אויף אַ נײַער פּראָבלעם. די אָרטיקע פּאָליטיקער האָט נישט געוואָלט רעדן ספּעציעל וועגן דעם ייִדישן חורבן, טענהנדיק, אַז אַלע מענטשן זײַנען גלײַך און דאָס גאַנצע לאַנד האָט געליטן בשעת דער נאַצי-אָקופּאַציע. אינעם יאָר 1969, ווען ער איז געוואָרן אַ געראָטענער זשורנאַליסט, ראַדיאָ-דיקטאָר און טעלעוויזיע-פֿיגור, האָט זיך אין פּוילן אָנגעהויבן אַ פּאָליטיש-מאָטיווירטע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע. דער קומענדיקער רעזשיסאָר איז דעמאָלט אַוועקגעפֿאָרן קיין דענמאַרק, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, זון, מאַמען און שטיפֿפֿאָטער. שפּעטער האָבן זיי זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
מאַרזשינסקי האָפֿט, אַז זײַן פֿילם וועט צוציִען אַ ברייטן עולם — דער עיקר, אַ נישט-ייִדישן. ער האָט געפּרוּווט צו דערציילן זײַן לעבנס-געשיכטע אין אַזאַ צוטריטלעכן אופֿן, אַז יעדער זאָל קאָנען עס פֿאַרשטיין און זיך אַליין פֿאָרשטעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.