דער גרעסטער שטאַטישער אוניווערסיטעט אין ניו־דזשערזי געפֿינט זיך אין דער שטאָט ניו־בראָנזוויק, אַן ערך 45 מינuט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. ער הייסט „ראָטגערס‟־אוניווערסיטעט און דער לימוד ייִדיש לערנט מען דאָרטן שוין יאָרן לאַנג. צווישן די געוועזענע לערערס זענען געווען: איוו יאָכנאָוויץ — די פֿאָרשערין פֿון ייִדישע מאכלים, און די קעכין אויף די „פֿאָרווערטס‟־ווידעאָס „עסט געזונטערהייט‟, צוזאַמען מיט רחל שעכטער; די פֿילם־מאַכערין פּערל גליק; און מיט יאָרן פֿריִער, אין די 1960ער און 1970ער יאָרן, דער שרײַבער און איבערזעצער קורט לעוויאַנט, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסן.
דער אַמאָליקער נעבעכדיקער ייִדישע שטודיעס־אָפּטייל איז געוואָרן אַ ממשותדיקער יש אין די 1980ער און 1990ער יאָרן אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער פֿאָלקלאָריסטקע און קולטור־היסטאָריקערין יעל זרבבֿל. הײַנט פֿירט אָן מיטן אָפּטייל פּראָפֿ׳ נאַנסי סינקאָף, אַ היסטאָריקערין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע. זי האָט געטאָן וואָגיקע פֿאָרשאַרבעט סײַ וועגן דעם משׂכּיל מענדל לעפֿין, סײַ דער קאָנסערוואַטיווער אינטעלעקטואַל לוסי דאַווידאָוויטש.
אין אַ שמועס מיט סינקאָף בנוגע דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש אין „ראָטגערס‟ האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז נישט אַלץ גייט כּשורה, נאָך ערגער, עס גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ. קודם־כּל, האָט זי באַטאָנט, איז „ראָטגערס‟ זייער איבערגעגעבן צו ייִדיש, אָבער „עס קומט אונדז אַקעגן איצט אַ פֿינאַנציעלע פּראָבלעם וואָס אַלע אין דער אַקאַדעמיע מוזן הײַנט מיטמאַכן, בפֿרט אין די שטאַטישע אוניווערסיטעטן. אַלע שפּראַך־לימודים לײַדן איצט. אונדזער אוניווערסיטעט האָבן פֿאַרלאָזט צוויי פּרעכטיקע סאַנסקריט־ און הינדי־פּראָפֿעסאָרן. דער שטאַטישער אוניווערסיטעט אין אַלבאַני [ניו־יאָרק] האָט אין גאַנצן געשלאָסן דעם שפּראַכן־אָפּטייל, וואָס דאָס איז נישט צו גלייבן.‟
די אונטערשטע שורה וואָס שייך ייִדיש איז, אַז די פּאָליטיקער אין טרענטאָן, די קרוינשטאָט פֿון ניו־דזשערזי, ווילן האַלטן חשבון פֿון יעדן דאָלער אינעם בודזשעט. דעריבער בײַ די „קלענערע‟ שפּראַכן און לימודים וועלן פֿון איצט אָן מוזן זיך פֿאַרשרײַבן אַ געוויסע צאָל סטודענטן, און אויב עס וועלן נישט זײַן גענוג, וועט מען נישט לערנען דעם קלאַס; בפֿרט, ווען דער לערער פֿונעם קורס איז נישט קיין פֿולצײַטיקער אין דעם פֿאַקולטעט.
דער שפּראַך־לערער הײַנט אין „ראָטגערס‟ איז דער פֿאָרשער עדי פּאַרטנוי, וועלכער איז אָפֿיציעל אַ טיילצײַטיקער לערער, וועלן זײַנע ייִדיש־קלאַסן מער נישט זײַן רעגולער. סינקאָף פֿאַרזיכערט, אַז וואָס געשעט מיט די ייִדיש־קלאַסן האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דער באַציִונג פֿונעם ייִדישע שטודיעס־אָפּטייל צו ייִדיש. אויב אַ סטודענט אינעם אָפּטייל וויל זיך לערנען ייִדיש, וועט מען געפֿינען פֿאָנדען פֿאַר אים, ער זאָל ווײַטער זיך לערנען אָדער אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, אינעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם, אָדער אין דער תּל־אָבֿיבֿער פּראָגראַם. מע האָט שוין טאַקע „ראָטגערס‟־סטודענטן געגעבן אַזוינע סטיפּענדיעס. אַ סטודענט קען ניצן די ייִדישע שפּראַך נאָכצוקומען די שפּראַך־פֿאָדערונג פֿונעם אָפּטייל. סינקאָף האָפֿט, אַז אויב מע וועט לערנען ייִדיש יעדעס צווייטע יאָר, וועלן זיך יאַווען גענוג סטודענטן פֿאַר אַ קורס; מער ווי די 6 אָדער 7 ווי ביז אַהער.
דער ייִדישער שפּראַך־לערער עדי פּאָרטנוי האָט אַ דאָקטאָראַט פֿונעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינעאַר‟ און לערנט קלאַסן וועגן ייִדישן הומאָר און דעם גראַפֿישן ראָמאַן. ער פֿאָרשט אינטערעסאַנטע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער פּאָפּולערער קולטור אין מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע.
דער אַנדערער באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש־שטודיעס אין „ראָטגערס‟ איז דזשעפֿרי (חיל־אַבא) שאַנדלער, וואָס פֿאָרשט ייִדישע ליטעראַטור און ייִדישע פּאָפּולערע קולטור. זײַן בוך וועגן דעם הײַנטיקן צוגאַנג צו ייִדיש, „אַווענטורעס אין ייִדישלאַנד‟ באַטראַכט ייִדיש ווי אַ „פּאָסט־פֿאָלקשפּראַך‟, און מע האַלט דאָס בוך ווי איינס פֿון די וויכטיקסטע וועגן ייִדיש אינעם הײַנטיקן דור.
עס טוט אונדז לײַד צו הערן, אַז ייִדיש מוז אַלע מאָל פֿאַלן אַ קרבן פֿון פֿאַרקלענערטע בודזשעטן אין די אוניווערסיטעטן, וואָס איז, צום באַדויערן, נישט קיין נײַעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.