פֿרײַטיק, דעם 8טן מאַרץ, האָט דער בולגאַרישער פּאַרלאַמענט אין דער קרוינשטאָט סאָפֿיע אָפּגעמערקט דאָס ניצול ווערן פֿון 48,000 בולגאַרישע ייִדן בעתן חורבן. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיי מודה געווען, אַז מע האָט נישט געראַטעוועט מער ווי 11,000 טויזנט ייִדן אונטער איר ממשלה, וועלכע מע האָט פֿאַרשיקט צו נאַצי טויט־לאַגערן אין 1943. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס בולגאַריע האָט אויסגעדריקט באַדויער אינעם טויט פֿון די דאָזיקע ייִדן.
בולגאַריע, כאָטש אַליִיִרט מיט דײַטשלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דעפּאָרטירן די 48,000 ייִדישע בולגאַרישע בירגער. די טעריטאָריעס פֿון מאַקעדאָניע און אַ טייל פֿון יוגאָסלאַוויע האָט בולגאַריע אויך אַדמיניסטראַטיוו קאָנטראָלירט און פֿון דאָרטן האָט מען פֿאַרשיקט די ייִדן. בולגאַריע האָט זיך תּמיד שטאָלצירט מיטן פֿאַקט, וואָס זי איז געווען דאָס איינציקע אַליִיִרטע לאַנד מיט דײַטשלאַנד וואָס האָט געראַטעוועט איר ייִדישע באַפֿעלקערונג. אָבער וועגן די אומגעקומענע ייִדן אין צפֿון־גריכנלאַנד און יוגאָסלאַוויע האָט מען נישט דערמאָנט.
דעם 13טן מאַרץ וועט בולגאַריע צום ערשטן מאָל אָפּגעבן כּבֿוד די דאָזיקע דעפּאָרטירטע ייִדן אין דער שטאָט לאָם, וווּ די פֿאַרשיקונגען האָבן זיך אָנגעהויבן. עס וועלן זיך באַטייליקן בולגאַרישע, מאַקעדאָנישע און גריכישע דיפּלאָמאַטן אין דער הזכּרה, צווישן זיי דער בולגאַרישע אויסערן־מיניסטער ניקאָלײַ מלאָדענאָוו.
מדינת־ישׂראל האָט אָנגעהויבן אַ סעריע אונטערנעמונגען מיט בולגאַריע. בײַם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אין בריסל האָט דער בולאַגרישער פּרעזידענט ראָזען פּלעוונעליעוו און ישׂראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעז צוזאַמען געעפֿנט אַן אויסשטעלונג „דער גורל פֿון די בולגאַרישע ייִדן‟. אַן אָנדענקשילד לזכר די 11,000 קרבנות וועט מען אויפֿהענגען דעם זונטיק אין סאָפֿיע בײַ אַ צערעמאָניע אין דער הויפּט־סינאַגאָגע מיט דער באַטייליקונג פֿון בולגאַרישע און ישׂראלדיקע מוזיקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.