שפּאַניע. — ריבאַדאַוויע, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון שפּאַניע, גרייט זיך דורכצופֿירן דעם ערשטן פּסחדיקן סדר זינט 1492, ווען די ייִדן זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם לאַנד.
דער סדר וועט פֿאָרקומען דעם 25סטן מאַרץ אינעם אַלטן צענטער פֿונעם שטעטל, אָרגאַניזירט דורך דעם אָרטיקן דעפּאַרטאַמענט פֿון טוריזם, בשותּפֿות מיטן „צענטער פֿאַר מיטל־עלטערלעכע שטודיעס‟ — אַ שטאָטישע היסטאָרישע אַסאָציאַציע, וועלכע פֿאָרשט די געשיכטע פֿון די שפּאַנישע ייִדן פֿאַרן גירוש־ספֿרד.
די אָרטיקע צײַטונג „דאָס קול פֿון גאַליציע‟ — מיינענדיק, די שפּאַנישע גאַליציע, אַן אויטאָנאָמישער ראַיאָן אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿונעם איבערישן האַלב־אינדזל — האָט איבערגעגעבן, אַז דער היסטאָריקער אַבֿרהם חיים, דער ערן־פּרעזידענט פֿונעם צענטער, וועט אָנפֿירן מיט דער אונטערנעמונג. אַלע פֿאַראינטערעסירטע מענטשן קאָנען זיך באַטייליקטן אין דער סעודה פֿאַרן פּרײַז פֿון 40 דאָלאַר. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע דערוואַרט עטלעכע צענדליקער געסט.
דער פּראָיעקט האָט צו טאָן מיט טוריזם. מע האָפֿט אַרײַנצוברענגען מער באַזוכער אין ריבאַדאַוויע, וווּ עס האָט אַמאָל עקזיסטירט אַ מערקווירדיקע ייִדישע קהילה, אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע שפּאַנישע שטעט, איידער די אינקוויזיציע האָט זיי געצוווּנגען אַוועקצופֿאָרן אָדער זיך צו שמדן. זינט די 1990ער יאָרן, האָבן אַ סך שטעט אין שפּאַניע און פּאָרטוגאַליע אָרגאַניזירט טוריסטישע פּראָיעקטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט די אַמאָליקע ייִדן, וועלכע פֿלעגן דאָרטן וווינען. יהודית כּהן, אַ פֿאָרשערין פֿון דער ספֿרדישער געשיכטע, האָט אינעם יאָר 1997 איבערגעגעבן, אַז אין ריבאַדאַוויע לעבן הײַנט צוויי ייִדישע משפּחות; ביידע שטאַמען, אָבער, נישט פֿון די ספֿרדים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.