זונטיק דעם 10טן מאַרץ איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער „אַרבעטער־רינג‟־סדר, וואָס ווערט אויך אָנגערופֿן דעם „קולטור־סדר‟ אָדער „דעם דריטן סדר‟. דאָס יאָר איז דער אָפֿיציעלער נאָמען געווען — „דער סדר פֿאַר אַ בעסערער וועלט: אַ סדר פֿאַר אַקטיוויסטן‟. די הגדה האָט אויך אויסגעזען אַ ביסל אַנדערש הײַנטיקס יאָר. עס האָט זי צונויפֿגעשטעלט און רעדאַקטירט דזשאָען באָרץ אויפֿן סמך פֿון חנה (אַדריאַן) קופּערס נוסח, וואָס מע האָט געניצט די לעצטע עטלעכע יאָר.
אין 1933 האָבן תּלמידים פֿון דער „אַרבעטער־רינג‟ אין קראַון־הײַטס אָנגעהויבן די טראַדיציע פֿונעם דריטן סדר, און אין אַמאָליקע יאָרן האָט מען דעם סדר אָפּגעריכט ווי אַ באַנקעט אינעם לוקסוס־האָטעל „וואָלדאָרף אַסטאָריע‟; טענצער, אַקטיאָרן און זינגער און צענדליקער תּלמידים פֿון די פֿאָלקשולן האָבן אָנטיילגענומען. דאָס יאָר האָט מען דעם סדר געהאַלטן אינעם קלוב „סיטי־ווײַנערי‟, און נישט קיין הונדערטער געסט זענען געקומען, נאָר אַ הונדערט צי הונדערט פֿופֿציק. אָבער נישט קוקנדיק אויף דער קלענערער צאָל, האָט מען זיך געפֿרייט צו זען אַלטע חבֿרים פֿון דער „אַרבעטער־רינג‟־אָרגאַניזאַציע און אַנדערע ייִדישע קולטור־גרופּעס.
די הגדה האָט „גענאַשט‟ פֿון פֿאַרשיידענע מקורים, דער עיקר, די עלטערע „אַרבעטער־רינג‟־הגדות, וועלכע האָבן אַרײַנגעפֿלאָכטן לידער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע, און פֿון טראַדיציאָנעלע טעקסטן. אינפֿאָרמאַציע וועגן אַקטיוויסטן פֿאַר סאָציאַלן יושר האָט מען געקענט לייענען כּמעט אויף יעדער זײַט, לאַוו־דווקא ייִדישע אַקטיוויסטן. סעזאַר שאַוועז, דער מעקסיקאַנער גרינדער פֿון דער יוניאָן „די פֿאַראייניקטע פֿאַרם־אַרבעטער‟, ווערט ציטירט בײַם אָנהייב פֿון דער הגדה — „מע קען נישט אונטערדריקן אַ פֿאָלק, וואָס האָט מער נישט קיין מורא‟. עס ווערן אויך ציטירט מאַהאַטמאַ גאַנדי פֿון אינדיע, און דער אַרעסטירטער פּרעמיער פֿון מיאַנמאַר, אָנג סאַן סו קי, וועלכע האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז.
די צאָל נײַע סימבאָלן אויף דער קערה בײַם „אַקטיוויסטן-סדר‟ וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר. אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען אַוועקגעלייגט אַ מאַראַנץ, צו געדענקען פֿרויענרעכט און מענטשנרעכט פֿאַר האָמאָסעקסואַליסטן. דאָס יאָר האָט מען צוגעגעבן אַ פּאָמידאָר, און געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז — „דער פּאָמידאָר עפֿנט אונדזערע אויגן צו דער נייטיקייט פֿון עסן־יושר און אימיגראַנטן־רעפֿאָרם… מיר שטאָלצירן מיט דער אַרבעט פֿון דער קאָאַליציע פֿון די אימאָקאַלי־אַרבעטער אָפּצושטעלן דעם שרעקלעכן אַרבעט־מצבֿ אין די פּאָמידאָרן־פֿעלדער פֿון פֿלאָרידע‟.
דערצו איז געווען אַ מאַסלינע אויף די טישן ווי אַ סימבאָל פֿון שלום צווישן די ייִדן און די פּאַלעסטינער אין מיטעלן מיזרח. די נײַע טראַדיציע האָט דער „שלום־צענטער‟ אין ישׂראל אָנגעהויבן אין 2008. אויף די טישן זענען אויך געווען אַשלעך, יונגע ציבעלקעלעך, אַ סימבאָל וואָס מע געפֿינט בײַ די ספֿרדישע ייִדן, מיט וועלכן מע דערמאָנט זיך ווי מע האָט געשלאָגן די ייִדישע קנעכט מיט אַ בײַטש — די אַשלעך סימבאָליזירן די בײַטשן.
די אַלטע לידער וואָס יעדער תּלמיד פֿון די ייִדישע פֿאָלקשולן געדענקט האָט מען דאָס מאָל אויך געזונגען — „אינעם לאַנד פֿון פּיראַמידן‟, ווערטער פֿון דוד איידלשטאַדט, מוזיק פֿון בען יאָמען; „אויפֿן ניל‟, ווערטער פֿון אַבֿרהם רייזען, מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט; „זאָג מאַראַן‟, ווערטער פֿון אַבֿרהם רייזען, מוזיק פֿון שמואל בוגאַטש. נײַע לידער אויף ייִדיש האָט מען אויך געזונגען „ס‘איז מצה דאָ‟, מוזיק און ווערטער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און „וואָלט איך געהאַט כּוח‟, חנה קופּערס באַאַרבעטונג פֿון אַ חסידיש שבת־ליד, איבערגעמאַכט אויף אַ ליד וועגן שלום. אַ צאָל לידער אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם סדר האָבן געשטאַמט פֿונעם ספּעקטאַקל „דאָס גאָלדענע לאַנד‟ פֿון משה ראָזענפֿעלד און זלמן מלאָטעק.
די מענטשן בײַם סדר וועלכע האָבן דערוואַרט אַ טעקסט וועגן די „פֿיר בנים‟ פֿון דער הגדה, האָבן באַקומען אַ סורפּריז, און אויפֿן אָרט פֿון דעם געהערט וועגן די „פֿיר שוועסטער‟ פֿון דער הגדה. די וועלכער האָבן זיך געגרייט צו זינגען „אליהו הנבֿיא‟ האָבן געהערט אַ ליד מיט דער זעלבער מעלאָדיע, אָבער וועגן „מרים הנבֿיאה‟. די וועלכע האָבן געוואָלט אויסגיסן טראָפּנס ווײַן לזכר די טראַדיציאָנעלע צען מכּות, האָבן אויסגעגאָסן לזכר אַנדערע מינים מכּות — „אַדיקציע צו נאַפֿט‟, „דאָס אויסמײַדן שטיץ צו היילן די ׳איידס׳־קרענק‟, „דער פּחד פֿאַר די אימיגראַנטן אין לאַנד‟, און „די עקאָנאָמישע סיסטעם וואָס העלפֿט גיכער גרויסע קאָרפּאָראַציעס איידער די בירגער פֿון לאַנד‟.
אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד געוויסע סאָציאַלע אַקטיוויסטן אָדער שטיצער פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟, אָבער דאָס יאָר נישט, און דעריבער, האָט די אונטערנעמונג זיך נישט געשלעפּט. דער הויכפּונקט איז געווען דער אויפֿטריט פֿון די „אַרבעטער־רינג‟־שולקינדער, בראָש מיטן לערער און דיריגענט זכריה מייער. די תּלמידים האָבן ווי תּמיד נושׂא־חן געווען בײַם עולם. דזשאָען באָרץ האָט מיט באַגײַסטערונג אָנגעפֿירט מיטן „סדר פֿאַר אַ בעסערער וועלט‟ און די שטימונג איז געווען אַ געהויבענע אין עולם.
טראַדיציעס, מנהגים און סימבאָלן, און ווי מע טײַטשט זיי אויס, בײַטן זיך מיט יעדן דור. דער סדר און הגדה פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערער באַוועגונג בײַ וועלטלעכע ייִדן־אַקטיוויסטן צו פֿאַרשטיין דעם יום־טובֿ פּסח אויף אַן אופֿן וואָס פּאַסט זיך בעסער צו זייער באַנעמונג פֿון אַן אומיושרדיקער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.