קינוואַ — נישט כּשר־לפּסח?

Quinoa Not Kosher?

קינוואַ
קינוואַ

פֿון חוה ליבער (ייִט״אַ)

Published March 12, 2013, issue of March 15, 2013.

ניו־יאָרק. — קינוואַ, דער פּאָפּולערער שפּײַז־פֿלאַנץ, וואַקסט אויף די פֿאַרמען אין דרום־אַמעריקע, וווּ דער ווינט טראָגט צומאָל אַרום גערשטן־זוימענדעך פֿון אַנדערע פֿעלדער. דערפֿאַר איז מעגלעך — לכל־הפּחות, טעאָרעטיש — אַז אין אַ דורכגעזיפּטן זאַק פֿון קינוואַ קאָנען זיך באַהאַלטן קליינע שטיקלעך חמץ.

צוליב דעם, זאָגט זיך אָפּ דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟, די גרעסטע כּשרות־אַגענטור אין צפֿון־אַמעריקע, צו דערקלערן קינוואַ כּשר־לפּסח. אַ סך ייִדן, וועלכע וואָלטן מיט פֿאַרגעניגן צוגעגרייט דעם דאָזיקן פֿלאַנץ, פֿול מיט פּראָטעיִן און געזונטע פֿיברעס, קאָנען עס נישט ברענגען אויף דעם פּסחדיקן טיש במשך פֿון אַ גאַנצער וואָך, הגם די סיבה דערפֿון קלינגט היפּש צווייפֿלהאַפֿטיק.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟ געוואָרנט, אַז קינוואַ קאָן אויך פֿאַררעכנט ווערן ווי קטניות — אַ מין תּבֿואה, וואָס זעט אויס גענוג ענלעך צו חמץ און דערפֿאַר איז נישט כּשר־לפּסח, לויט דעם אַשכּנזישן מינהג. מנחם גענאַק, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם כּשרות־אָפּטייל בײַ דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, האָט צוגעגעבן דעם דערמאָנטן חשד, ווײַל קינוואַ וואַקסט אָפֿטמאָל צו נאָענט צו עכט־חמצדיקע מינים תּבֿואה.

די אַנדערע באַקאַנטע כּשרות־אַגענטור, „Star-K‟, מיטן צענטער אין באָלטימאָר, האָט שוין לאַנג געגעבן אַ הכשר פֿאַר די קינוואַ־פּראָדוקטן און האַלט, אַז די דערמאָנטע חשדים קלינגען אויסטערליש. הרבֿ צבֿי ראָזען פֿון „סטאַר־קיי‟, האָט דערקלערט, אַז משה פֿײַנשטיין — דער באַרימטער חשובֿער פּוסק, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1986 — האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז נישט כּדאַי אַרײַנצושרײַבן נײַע פֿלאַנצן אין דער אָנגענומענער ליסטע פֿון קטניות. דערצו, האָט צוגעגעבן דער רבֿ, זעט קינוואַ בכלל נישט אויס ווי די פֿאַרבאָטענע מינים תּבֿואה.

אין דרום־אַמעריקע איז קינוואַ באַרימט ווי „די מוטער פֿון אַלע תּבֿואות‟ און ווי אַ גוטע אַלטערנאַטיוו פֿאַר די, וואָס טאָרן נישט עסן קיין גלוטען. אין דער אמתן, איז עס אָבער נישט קיין תּבֿואה, נאָר אַ פֿלאַנץ נאָענט צו שפּינאַט און בורעק. גענאַק איז אויך מסכּים, אַז אַזאַ שפּײַז איז, מעגלעך, כּשר־לפּסח. ער איז אָבער פֿאַרצווייפֿלט וועגן דעם און דערפֿאַר קאָן נישט געבן אַ הכשר.

די דאָזיקע דעבאַטעס שפּיגלען אָפּ די אינערלעכע חילוקי־דעות אינעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟. הרבֿ ישׂראל בעלסקי, דער ראָש־ישיבֿה פֿון „תּורה ודעת‟ אין בריקלין, האַלט, אַז קינוואַ איז זיכער קטניות, ווײַל מע עסט עס אויף דעם זעלבן אופֿן, ווי אַ מין תּבֿואה. הרבֿ הערשל שעכטער, איינער פֿון די מנהיגים בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟, איז אָבער מסכּים מיט ראָזענען.

ראָזען דערציילט, אַז הײַיאָר האָט זײַן אַגענטור צום ערשטן מאָל געשיקט משגיחים קיין דרום־אַמעריקע, צו מאַכן זיכער, אַז די קינוואַ מיטן הכשר פֿאַרן פּסח וואַקסט גענוג ווײַט פֿון חמצדיקע תּבֿואות. ער האָט צוגעגעבן, אַז יעדעס מאָל, ווען דער עולם הייבט אָן צו עסן עפּעס נײַס, קומט אויף אַ נײַ כּשרות־מחלוקת. דער רבֿ האָט צוגעגעבן, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט, ווען אין די קראָמען ווערט פֿאַרקויפֿט פּסחדיקע פּיצע, לאָקשן און אַנדערע מאכלים, וואָס זעען אויס הונדערט פּראָצענט ווי חמץ, איז קינוואַ די קלענסטע פּראָבלעם.