ביז לעצטנס האָבן די פֿאָרשער פֿונעם חורבן געמיינט, אַז בעת די היטלער־יאָרן האָבן עקזיסטירט בערך 10,000 אַרבעט־ און קאָנצענטראַציע־לאַגערן איבער אייראָפּע. אָבער אַ גרופּע פֿאָרשער בײַם „אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן זאָגן איצט, אַז אין דער אמתן, זענען געווען מער ווי 42,000 לאַגערן.
די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט די שאָקירנדיקע ציפֿער, אַרבעטנדיק אויף אַ ריזיקן פּראָיעקט פֿונעם חורבן־מוזיי: אַן ענציקלאָפּעדיע פֿון זיבן בענד, וואָס וועט פּרטימדיק דאָקומענטירן אַלע נאַציסטישע לאַגערן און געטאָס.
די ידיעה איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דורך אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.
בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט ד״ר דזשעפֿרי מעגאַרדזשי, דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון דער ענציקלאָפּעדיע, דערציילט וועגן די פֿאַרשידענע מינים נאַציסטישע ערטער צווישן די יאָרן 1933 און 1945.
„דאָ רעדט מען נישט בלויז וועגן די באַקאַנטע לאַגערן ווי אוישוויץ און בוכענוואַלד, נאָר אויך אַ סך קלענערע, וואָס האָבן פֿאַרשפּאַרט סײַ ייִדן, סײַ נישט־ייִדן,‟ האָט ער באַטאָנט. דאָס נעמט אַרײַן די געטאָס; די לאַגערן פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע; די שאַנדהײַזער, וווּ מע האָט געצוווּנגען מיידלעך און פֿרויען צו שלאָפֿן מיט דײַטשע סאָלדאַטן, און די „גערמאַניזירונג‟־לאַגערן, וווּ מע האָט פֿאַרשפּאַרט פּוילישע קינדער מיט בלאָנדע האָר און בלאָע אויגן, כּדי דײַטשע עלטערן זאָלן זיי קאָנען אַדאָפּטירן. „די קינדער האָט מען געבראַכט פֿון די פּוילישע יתומים־הײַזער, אָדער מע האָט זיי סתּם פֿאַרכאַפּט אין מיטן גאַס,‟ האָט מעגאַרדזשי געזאָגט.
עריק ליכטבלוי, דער רעפּאָרטער פֿונעם „טײַמס‟־אַרטיקל, גיט איבער צוויי בײַשפּילן פֿון די נאַציסטישע ערטער. דאָס גרעסטע איז געווען די טרויעריק־באַרימטע וואַרשעווער געטאָ, וווּ עס האָבן געוווינט בערך 500,000 מענטשן. אָבער אין „מינכען־שוואַבינג‟, אַ צוואַנגלאַגער אין דײַטשלאַנד, האָבן בלויז געאַרבעט 12 מענטשן. „מע פֿלעג אַהין שיקן קליינע גרופּעס אַרעסטאַנטן פֿונעם דאַכאַו קאָנצענטראַציע־לאַגער, און זיי געצוווּנגען צו באַדינען די ׳שוועסטער פּיִאַ׳ — אַ קראַנקן־שוועסטער, וועלכע האָט שטאַרק געשטיצט די נאַציס. די אַרעסטאַנטן האָבן געמוזט רייניקן איר הויז, אויפֿפּאַסן אויף איר גאָרטן און אַפֿילו מאַכן שפּילעכלעך פֿאַר אירע קינדער,‟ האָט ליכטבלוי דערקלערט.
במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן האָט די דײַטשישע מעדיאַ שטאַרק פֿאַרשפּרייט די נײַעס וועגן דער הויכער צאָל לאַגערן, און וועגן דער פֿאָרשאַרבעט פֿון דער ענציקלאָפּעדיע בכלל, האָט אין אַ בליצבריוו דערציילט קלאַוס מילער, דער רעפּרעזענטאַנט פֿונעם „אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי‟ אין דײַטשלאַנד. „מע רעדט דאָ וועגן דעם אויף טעלעוויזיע און ראַדיאָ, אין די אָנגעזעענע צײַטונגען און אין די געלע זײַטן,‟ האָט קלאַוס איבערגעגעבן.
„זיי זאָגן, אַז דער ׳אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי׳ און די ענציקלאָפּעדיע גיבן אַ סך צו צו אונדזער וויסן און פֿאַרשטאַנד וועגן דעם חורבן,‟ האָט קלאַוס געשריבן. „דאָס איז נישט קיין קלייניקייט אין דײַטשלאַנד, וווּ געוויינטלעך גיט מען זיך אַ ׳קניפּ אין בעקל׳, ווײַל מע האַלט דאָ, אַז מע ווייסט שוין אַלץ וועגן דעם חורבן.‟
די נײַע אַנטדעקונג וועט זיכער בײַטן דעם טאָן פֿון די חורבן־אָנדענק־צערעמאָניעס אין דײַטשלאַנד, האָט קלאַוס באַמערקט.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט געדויערט אַזוי לאַנג, אַז די פֿאָרשער זאָלן זיך דערוויסן וועגן דער הויכער צאָל נאַציסטישע ערטער? „די היסטאָריקער פֿאָרשן דעם חורבן שוין יאָרן לאַנג, אָבער ביז איצט האָט יעדער, בדרך־כּלל, געאַרבעט באַזונדער,‟ האָט מעגאַרדזשי געזאָגט. די פֿאָרשער אין אונגאַרן, למשל, האָבן אפֿשר געוווּסט וועגן די גרויסע און קליינע לאַגערן אין זייער לאַנד, אָבער אַנדערע האָבן דאָס נישט געוווּסט.
אָבער זינט מע האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אויף דער ענציקלאָפּעדיע מיט דרײַצן יאָר צוריק, האָבן די פֿאָרשער זיך באַמיט צו געפֿינען אַלע פּובליקירטע מקורים וועגן די נאַציסטישע ערטער, און זיך פֿאַרבונדן מיט די פֿאָרשער פֿון אַנדערע חורבן־מוזייען און דענקמאָל־ערטער.
עס זענען אָבער אויך דאָ אַנדערע סיבות פֿאַר וואָס מע האָט ביז איצט נישט געהאַט קיין פּינקטלעכן חשבון, זאָגן די פֿאָרשער. ערשטנס, אויב קיינער פֿון אַ געוויסן צוואַנג־לאַגער האָט נישט איבערגעלעבט די מלחמה, איז נישט געווען ווער ס׳זאָל וועגן דעם דערציילן. צווייטנס, האָט מען אָפֿט מאָל איבערגעפֿירט די מענטשן פֿון איין לאַגער אין אַ צווייטן, האָבן זיי אַ מאָל בלויז געדענקט דעם נאָמען פֿונעם גרעסטן אָדער באַרימטסטן לאַגער.
דערווײַל זענען בלויז אַרויסגעלאָזט געוואָרן די ערשטע צוויי בענד פֿון דער ענציקלאָפּעדיע. דער ערשטער באַנד, וואָס איז אַרויס אין 2009, דערציילט וועגן די קאָנצענטראַציע־לאַגערן פֿון דער „עס־עס‟: אוישוויץ, בוכענוואַלד און די אונטער־לאַגערן ווי אָרדרוף. (אַן עלטער־פֿעטער פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, האָט געהאָלפֿן באַפֿרײַען די צוואַנג־אַרבעטער אין אָרדרוף אין 1945, האָט מעגאַרדזשי געזאָגט.)
דער צווייטער באַנד, וואָס איז אַרויס אין אַפּריל 2012, גיט איבער וועגן די געטאָס אין דײַטשלאַנד־אָקופּירטער מיזרח־אייראָפּע.
דער דריטער באַנד וועט דערציילן וועגן אַלע לאַגערן און געטאָס אָנגעפֿירט פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער, וועלכע האָבן זיך אַפֿיליִיִרט מיט נאַצי־דײַטשלאַנד, אַרײַנגערעכנט די לאַגערן און געטאָס אין ווישי־פֿראַנקרײַך, אונגאַרן, איטאַליע און בולגאַריע.
די אַנדערע פֿיר בענד וועלן דערציילן וועגן די לאַגערן פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע, די מיליטערישע שאַנדהײַזער, די אומברענג־לאַגערן, צוואַנגלאַגערן, די אייטאַנעזיע־צענטערס און די „גערמאַניזירונג‟־לאַגערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.