„איך פֿריי זיך זייער וואָס איך האָב דערלעבט דעם אויפֿלעב פֿון מדינת-ישׂראל …‟, האָט טאַטע פּעקאַר אין 1948 געזאָגט זײַן אַכטיאָריקן זון האַרווי. „ייִדן קענען נישט זיכער זײַן סײַדן זיי האָבן זייער אייגן לאַנד‟, פֿלעגט דער יונגער האַרווי הערן פֿון דער מאַמען. אין אַזאַ היים וווּ ביידע עלטערן זענען געווען פֿאַרברענטע ציוניסטן וואָס פֿלעגן גיין אויף ציוניסטישע פּיקניקן אין פּאַרק, איז דער באַרימטער און חשובֿער אַמעריקאַנער קאַריקאַטוריסט האַרווי פּעקאַר אויפֿגעוואַקסן. ביידע עלטערן זענען געווען אָפּשטאַמיקע פֿון פּוילן, וווּ אַ היפּש ביסל פֿון זייערע קרובֿים זענען אומגעקומען בשעת דער מלחמה, און ביידע האָבן באמונה-שלמה געגלייבט אין דער גערעכטקייט פֿונעם ציוניסטישן געדאַנק. ער דערציילט ווי זיי פֿלעגן אים אָפּשיקן אין „היברו סקול‟, וווּ מע האָט אָפֿט געזונגען „ייִדן, פֿרײַע ייִדן, ארץ-ישׂראל איז אונדזער לאַנד!‟. איז ציוניזם אַזוי צו זאָגן געווען זייער ירושה פֿאַר האַרווין. דאָס בוך „נישט דאָס ישׂראל וואָס מײַנע עלטערן האָבן מיר צוגעזאָגט‟, וואָס איז אַרויס צוויי יאָר נאָך פּעקאַרס טויט און וואָס שטעלט זיך קריטיש כּלפּי ישׂראל, איז בבֿחינת פּעקאַרס עזבֿון צו זײַנע לייענערס.
דער סיפּור-המעשׂה פֿון דעם נײַעם בילדערשטרײַף-בוך באַשטייט פֿון לאַנגע באַזוכן אין דער אָרטיקער ביבליאָטעק און אין אַ ביכערקראָם פֿון האַרווי פּעקאַר אַליין מיט זײַן שותּף „דזשיי טי‟ וואַלדמאַן, אין משך פֿון איין מעת-לעת. בשעת די באַזוכן דערציילט פּעקאַר װאַלדמאַנען, און דערצו יעדן איינעם וואָס איז גרייט צוצולייגן אַן אויער, די גאַנצע ייִדישע געשיכטע, די ציוניסטישע געשיכטע, און זײַן אייגענע פּערזענלעכע געשיכטע וואָס שייך זײַן באַציִונג צו מדינת-ישׂראל און ציוניזם. דער לעצטער פּרט האָט צו טאָן מיטן אָפּזאָג מצד אַ סוכנותּ-אַגענט אין די 1960ער יאָרן צו לאָזן אים האָבן דעם זכות עולה צו זײַן קיין ישׂראל. זײַן נעבעכדיק אויסזען האָט אַ פּנים געמאַכט גאָר אַ שוואַכן רושם אויפֿן אַגענט.
די ערשטע ספֿקות לגבי ישׂראל זענען אין אים אײַנגעפֿלאַנצט געוואָרן אין די 1960ער יאָרן, אַרומדרייענדיק זיך מיט זײַנע לינקע חבֿרים. קינדווײַז פֿלעגט פּעקאַרס קאָמוניסטישע מאַמע אים שיקן אין די גאַסן פֿאַרשפּרייטן פֿליבלעטלעך פֿאַרן קאָמוניסטישן קאַנדידאַט אין די אַמעריקאַנער וואַלן, אָבער אין די שפּעטערדיקע יאָרן איז אים אַלץ מער פּראָבלעמאַטיש געוואָרן דער זיווג פֿון נאַציאָנאַליזם און זײַנע פּראָגרעסיווע אוניווערסאַלע ווערטן.
דער בראָך איז געקומען מיט ישׂראלס אינוואַזיע פֿון לבֿנון אין 1982. דעמאָלט האָט האַרווי אָנגעשריבן אַרטיקלען אין דער פּרעסע, וווּ ער האָט שאַרף קריטיקירט סײַ די ישׂראלדיקע פּאָליטיק, למשל מיט די ווערטער „עין תּחת עין אָדער אַפֿילו עטלעכע אויגן פֿאַר אַן אויג איז נישט געווען גענוג פֿאַר מנחם בעגין און זײַנע נאָכגייערס‟ (ז’ 146); און סײַ די בלינדע אונטערשטיצונג פֿון אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר דער אינוואַזיע. „ס’רובֿ פֿון זיי‟, שרײַבט פּעקאַר מיט רוגזה און אַנטוישונג, „האַלטן זיך אַליין פֿאַר ליבעראַלן‟ (דאָרט). גיפֿטיקע אַרטיקלען קעגן אים, וואָס די פּרעסע האָט אָפּגעדרוקט אין די וואָכן גלײַך דערנאָך, האָט אָנגעשריבן דווקא פּעקאַרס אַ קרובֿ און דערצו אַ רבֿ. וועגן דעם שרײַבט פּעקאַר: „ס’איז אַ טרויעריקע זאָך בײַ ייִדן ווען אַ רבֿ, וואָס דאַרף זײַן אַ מאָראַלישע פֿיגור, באַשמוציקט ייִדן וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן די אַכזריותן וואָס ישׂראל באַגייט‟ (ז’ 148).
אין לויף פֿון די יאָרן איז פּעקאַר געוואָרן אַלץ פֿרוסטרירטער פֿון ישׂראלס קאָלאָניזאַציע-פּאָליטיק אין די אָקופּירטע שטחים, אָנשטאָט צו פֿירן אַ פּאָליטיק פֿון שלום. ער קריטיקירט די גרעסערע השפּעה פֿון דער אָרטאָדאָקסישער עסטאַבלישמענט איבער דער מדינה. און ער דערמאָנט ישׂראלס געווער־האַנדל מיט כּלערליי דיקטאַטורן, אַרײַנגערעכנט טשילעס פּינאָשע און די „אַפּאַרטהײַד‟־דרום-אַפֿריקע. דערצו פֿאַרגעסט ער נישט צו דערמאָנען מיט אַ פּאָר ווערטער דעם נידעריקן סטאַטוס וואָס מיט אים „באַלוינט‟ מען די ייִדישע שפּראַך אין דער ייִדישער מדינה, די זעלביקע שפּראַך וואָס ער האָט איר וועלטלעכע קולטור באַזונגען אין זײַן פּרעכטיקן בוך „ייִדישקייט: די ייִדישע רעדשפּראַך און דאָס נײַע לאַנד‟ (2011) (זע: מיכאל קרוטיקאָוו, 9 סעפּטעמבער 2011). „אָבער איך רעכן אַז עס רעדט זיך איצט וועגן אַלטע נײַעס‟ (ז’ 126). אַזוי פֿאַרסך-הכּלט ער די טעמע אין קורצן אין דעם דאָזיקן נײַעם בוך.
אפֿשר פּאַסיק פֿאַר אַזאַ מין פֿאַרביסענעם איבערקוק זענען די בלויז שוואַרץ-ווײַסע אילוסטראַציעס וואָס באַגלייטן די ווערטער. אַפֿילו די סאַמע באַקאַנטע, קאָלירפֿולע און שטורעמדיקע סצענעס פֿון דער ייִדישער געשיכטע באַקומען דאָ די סאַמע גרויע קאָלירן. פֿון דער אַנדערער זײַט, באַקומט יעדע היסטאָרישע פֿאַזע איר אייגענעם סטיל פֿון צייכענען, למשל דאָס באַניצן זיך מיט מאָזאַיִקן און אַרכעאָלאָגישע מאָטיוון צו דערציילן די ייִדישע געשיכטע אין דער העלעניסטישער תּקופֿה. אַחוץ דעם דאָמינירט דאָ, ווי תּמיד בײַ פּעקאַרן, דער רעאַליסטישער סטיל פֿון צייכענען, וואָס פֿאַסט דעם דורכאויס כאַראַקטעריסטישן אויטאָביאָגראַפֿישן עלעמענט אין פּעקאַרס ווערק.
נישט געקוקט אויף אַ פּאָר אומפּינקטלעכקײַטן דאָ און דאָרטן, איז דאָס בוך „נישט דאָס ישׂראל וואָס מײַנע עלטערן האָבן מיר צוגעזאָגט‟ שטאַרק רעקאָמענדירט הן פֿאַר פּעקאַרס חסידים, הן פֿאַר אַלע וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין די באַציִונגען צווישן אַמעריקאַנער ייִדן און מדינת-ישׂראל. עס איז אַ פֿײַנער בײַשפּיל פֿון דעם הײַנט אָפֿטן נישט-אַזוי-פּאָזיטיוון קוק אויף ישׂראל מצד ליבעראַלע אַמעריקאַנער ייִדן, דער רובֿ-מנין-ורובֿ-בנין פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. עס איז מוטל-בספֿק צי ישׂראלס הבֿטחה האָט אַ מאָל געהאַט אַ ממשות פֿאַר אַלע ייִדן אומעטום, און צי עפּעס דערפֿון וועט אַ מאָל מקוים ווערן. בכל-אופֿן, בנוגע פּעקאַרן ז”ל, ווי עס דערציילט זײַן אַלמנה דזשויס בראַבנער אינעם עפּילאָג, האָט מען אים מקבר געווען באַגלייט פֿון מוזיקאַנטן פֿונעם אַרבעטער-רינג. און מע האָט דאָרט פֿאַרביטן דאָס וואָרט „ישׂראל‟ אויף „קליוולענד‟, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד זײַן אמתער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.