דער באַפֿרײַטער ישׂראל־סאָלדאַט גלעד שליט האָט אונטערגעשריבן אַ פּעטיציע אויף דער אינטערנעץ, אין וועלכער מע בעט בײַ פּרעזידענט אָבאַמאַ, ער זאָל באַפֿרײַען פֿון תּפֿיסה יונתן פּאָלאַרד, וועלכער איז אײַנגעזעצט געוואָרן פֿאַר שפּיאָנאַזש פֿאַר ישׂראל. אין דער פּעטיציע בעט מען, אַז אָבאַמאַ זאָל איבערבײַטן די לעבנסלאַנגע שטראָף אויף די יאָרן וואָס פּאָלאַרד איז שוין געזעסן.
„איך האָב געחתמעט די פּעטיציע, און איך בעט בײַ אַלעמען, זיי זאָלן זיך אויך אונטערשרײַבן. פֿרײַהייט איז אַ גרויסע מתּנה און זכיה. איך דאַנק די מענטשן וועלכע האָבן געקעמפֿט פֿאַר מײַן פֿרײַהייט, און איצט פֿאַרלאַנג איך, איר זאָלט צושטיין צום קאַמף צו ראַטעווען פּאָלאַרד‟. שליט איז באַפֿרײַט געוואָרן אין אָקטאָבער 2011 נאָך פֿינף יאָר געפֿענקעניש בײַ די כאַמאַס־טעראָריסטן.
מער ווי 150,000 ישׂראלים האָבן שוין אונטערגעשריבן די פּעטיציע, וועלכע איז געשריבן געוואָרן אויף עבֿרית און ענגליש און האָט זיך באַוויזן צום ערשטן מאָל דעם 11טן פֿעברואַר. ווען אָבאַמע קומט קיין ישׂראל סוף מאַרץ וועט מען אים דערלאַנגען דעם דאָקומענט, האָט געשריבן די אָרגאַניזאַציע „יושר פֿאַר יונתן פּאָלאַרד‟.
מאָנטיק האָט פּאָלאַרדס פֿרוי אסתּר געבעטן אויף ישׂראל־טעלעוויזיע, מע זאָל באַפֿרײַען איר מאַן. „מיסטער פּרעזידענט, יונתן און איך בעטן בײַ אײַך רחמנות, אײַער רחמנות און חסד‟ האָט זי געזאָגט אויף ענגליש. זי האָט צוגעגעבן — „דער גרעסטער חלום וואָס יונתן און איך האָבן איז צו זײַן אין דער היים אויף פּסח דאָס יאָר, ער זאָל זיצן לעבן מיר בײַם סדר און אויסטרינקען זײַן גלאָז ווײַן, סוף־כּל־סוף, נאָך 28 יאָר, ווי אַ פֿרײַער מענטש‟.
פּאָלאַרד האָט געאַרבעט פֿאַר דער אויסשפּיר־דינסט פֿון דעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט און מע האָט אים אײַנגעזעצט אין 1987. הײַיאָר האָבן אַלץ מער אַמעריקאַנער פּאָליטיקער געשטיצט זײַן באַפֿרײַונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.