מצות פֿאַר מאָסקווע

Matzahs for Moscow


פֿון ייִט״אַ

Published March 13, 2013, issue of March 15, 2013.

דער „רוסישער ייִדישער קאָנגרעס‟ וועט, בשותּפֿות מיט איינער פֿון די גרעסטע אינטערנעץ־פֿירמעס אין רוסלאַנד, צושטעלן מצות, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, פֿאַר יונגע ייִדישע משפּחות אין מאָסקווע.

דורך איר צוזאַמענאַרבעט מיט דער ריזיקער פֿירמע, Vigoda.ru, וועט דער „קאָנגרעס‟ דאָנערשטיק שיקן צוויי מיליאָן בליצבריוו צו יונגע ייִדישע פּראָפֿעסיאָנאַלן אין דער רוסישער קרוינשטאָט, פֿרעגנדיק, צי זיי ווילן באַקומען איינס אָדער צוויי קעסטלעך ירושלימער מצה. די פֿאַראינטערעסירטע וועלן בלויז דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַרן איבערשיקן.

דערבײַ האָפֿט דער קאָנגרעס צוצוגעוווינען די יונגע ייִדישע משפּחות צו דער טראַדיציע פֿון עסן מצות פּסח, ווען אַנדערש וואָלטן זיי עס מסתּמא נישט געטאָן.

„אונדזער ציל איז אַרײַנצוציִען די יונגע, סעקולערע ייִדן, און זיי באַקענען מיט דעם אוראַלטן ייִדישן מינהג,‟ האָט מאַטוויי כלענאָוו, דער וויצע־עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם „קאָנגרעס‟ איבערגעגעבן דער ייִט״אַ. „ווי ס׳רובֿ מאָסקווער אײַנוווינער, זענען זיי מסתּמא צו פֿאַרנומען מיט זייערע קאַריערעס און מיט אויפֿהאָדעווען קינדער, צו פּטרן צוויי־דרײַ שעה אויף די שאָסייען, כּדי צוצוקומען צו די קראָמען, וווּ מע פֿאַרקויפֿט די מצות.‟ מאָסקוועס שאָסייען זענען באַקאַנט פֿאַר זייער שרעקלעכן געפֿאָר.

דער „קאָנגרעס‟ האָט שוין אָנגעזאַמלט 1 טאָן (907 קילאָ) מצות, וואָס זי האָפֿט אַוועקצושענקען מיט דער הילף פֿון „וויגאָדאַ‟, ווי אויך דורך איר אייגענער קאַמפּאַניע, ניצנדיק די סאָציאַלע מעדיאַ־קוואַלן ווי „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟.

דייוויד שאָסטאַק, דער הויפּט פֿון „וויגאָדאַ‟, האָט געזאָגט, אַז זײַן פֿירמע האָט באַשלאָסן צו העלפֿן דעם „רוסישן ייִדישן קאָנגרעס‟ אַרויסשיקן דעם בליצבריוו צו צוויי מיליאָן מענטשן אין מאָסקווע, ווי אַ דינסט פֿאַרן ציבור. שאָסטאַק רעדט פֿליסיק העברעיִש און זאָגט, אַז ער פֿאָרט אָפֿט קיין ישׂראל.

פֿאַר אַ יאָרן האָט די רוסישע אויסגאַבע פֿונעם פֿינאַנץ־זשורנאַל „פֿאָרבס‟ (Forbes) באַצייכנט „וויגאָדאַ‟ ווי איינע פֿון די גרעסטע אינטערנעץ־פֿירמעס אין רוסלאַנד.