דער רעקאָנסטרויִרטער דאַך פֿון אַ שיל, געבויט אינעם 17טן יאָרהונדערט, איז דינסטיק, צום ערשטן מאָל, אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַר אַ גרופּע זשורנאַליסטן, בײַם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ אין וואַרשע.
דער הילצערנער דאַך און סטעליע פֿון דער אַמאָליקער גוואָדזשיצער שיל וועט זײַן די הויפּט־אויסשטעלונג פֿונעם מוזיי, ווען ער עפֿנט זיך איבער אַ יאָר אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון דער שטאָט.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז גוואָדזשיצע געווען אַ ייִדיש שטעטל אין אַ ראַיאָן, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אין אוקראַיִנע. די שיל איז חרובֿ געוואָרן מצד די נאַציס.
אין דער רעקאָנסטרויִרטער סטעליע זעט מען בלאָע און ברוינע אימאַזשן פֿון די מזלות (זאָדיאַק) און חיה־סימבאָלן, באַגלייט מיט די אויפֿשריפֿטן אין לשון־קודש. באַרבאַראַ קירשנבלאַט־גימבלעט, די פּראָגראַם־דירעקטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג, האָט איבערגעגעבן, אַז אַ טייל פֿון די חיות רעפּרעזענטירן דאָס שטאַרקע בענקעניש נאָך משיחן, אין אַ תּקופֿה פֿול מיט מלחמות און פּאָגראָמען.
„ס׳איז אַ הימלישע חופּה,‟ האָט קירשנבלאַט־גימבלעט באַמערקט. „אַ סימבאָל פֿון די געטלעכע הימלען און דעם עולם־הבא.‟
אין דער סטעליע קען מען אויך זען אַ רויטן בוהײַ און לוויתן (אַ לעגענדאַרער פֿיש), וואָס רינגלען אַרום ירושלים. די אימאַזשן זענען מרמז אויפֿן גלויבן, אַז ווען דער משיח וועט קומען, וועט מען מאַכן אַ באַנקעט פֿאַר די צדיקים, וועלכע וועלן עסן פֿונעם בוהײַ און דעם לוויתן.
קירשנבלאַט־גימבלעט האָט דערקלערט, אַז די „וויזואַליזאַציע פֿון די מיסטישע אויפֿשריפֿטן, תּפֿילות און משיחישן בענקעניש‟ וועט דערמעגלעכן די מוזיי־באַזוכער בעסער צו פֿאַרשטיין די גײַסטיקע נטיות פֿון די ייִדן במשך פֿון איר לאַנגער געשיכטע.
„די סטעליע רעפּרעזענטירט די גײַסטיקע רײַכקייט פֿון די פּוילישע ייִדן,‟ האָט זי געזאָגט. „עס ווײַזט אונדז, אַז די ייִדן זענען נישט בלויז געווען דאָס פֿאָלק פֿונעם בוך, נאָר אַז זיי האָבן אויך געהאַט אַ פּרעכטיקע וויזועלע פֿאַנטאַזיע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.