„האָלאָקאָסט‟

Surviving the Holocaust


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 14, 2013, issue of March 15, 2013.

מײַן אייניקל מענדעלע האָט מיר אָנגעזאָגט די בשורה אַז זײַן לערערין אין זעקסטן קלאַס האָט געוואָלט וויסן צי עמעצער פֿון די קינדער האָט לעבן געבליבענע „האָלאָקאָסט סוירווײַווערס‟ אין דער נאָענטער משפּחה. ער איז געווען דער איינציקער וואָס האָט אויפֿגעהויבן אַ האַנט אויף יאָ. האָט די לערערין געבעטן צו פֿאַרבעטן מיך, זײַן באָבע אין קלאַס און דערציילן עפּעס וועגן דער טרויעריקער געשיכטע.

האָט מענדעלע, אַ ביסל שעמעוודיק, מיך געפֿרעגט:

„איך ווייס, באָבע, אַז דו ביסט אַ געראַטעוועטע, איז אפֿשר קומסטו צו מיר אין קלאַס רעדן וועגן דײַנע איבערלעבונגען.‟

איך האָב אים מסביר געווען אַז מיר האָבן זיך געראַטעוועט פֿון סטאַלינס גהינום, אָבער נישט פֿון היטלערס.

„אָבער איז עס אויך געווען אַ האָלאָקאָסט?‟ האָט ער געוואָלט וויסן.

„אַ שטיקעלע האָלאָקאָסט איז עס יאָ געווען, אָבער נישט צו פֿאַרגלײַכן מיט היטלערס פֿאַרניכטונג. דײַן זיידע אָבער איז יאָ אַדורכגעגאַנגען דעם אמתן חורבן, אָבער ער איז שוין נישט צווישן די לעבעדיקע.‟

„אויב אַזוי,‟ האָט ער זיך אײַנגעבעטן, איז קום דו און דערצייל אונדז וועגן דעם שוידערלעכן האָלאָקאָסט.‟

איך האָב אײַנגעשטימט, נאָך אַלעמען, אַן עלפֿיאָריק אייניקל בעט זיך אײַן, ווי קען מען אָפּזאָגן. בין איך אַוועק מיט אים צוזאַמען אין מיטלשול פּונקט נײַן אַ זייגער אין דער פֿרי. אָבער אַרײַנצוקומען אין דער „סקול‟ איז נישט געווען איינע פֿון די לײַכטסטע זאַכן.

ער איז אַוועק אין איין טיר און איך אין אַ צווייטער. מײַן טיר האָט מיך געפֿירט דורך אַ קליאַטקע, אַזעלכע וווּ עס געפֿינען זיך אַזעלכע געפֿערלעכע חיות ווי טיגערס און לייבן. בײַם סוף פֿון דעם אומאָנגענעען שפּאַציר האָב איך געעפֿט אַ טיר פֿון אַ קאַבינעט, באַזעצט פֿון יונגע פֿרויען בײַ קאָמפּיוטערס און האַנט-געלאָדענע פֿאָטאָ-אַפּאַראַטן. איך האָב זיך געדאַרפֿט אידענטיפֿיצירן מיט דאָקומענטן, מען האָט גענומען מײַן בילד און מיר דערלאַנגט אַ צעטעלע מיט מײַן פֿאָטאָגראָפֿיע אויפֿצוהענגען אויף מײַן בלוזקע.

איך בין שויו, געלויבט צו גאָט, אין דער ביבליאָטעק, באַזעצט פֿון אַ דרײַסיק קינדער, מיט גאָר נישט פֿאַראינטערעסירטע, פֿלאַכע, פוסטע פּנימער פֿון אַ שלל מיט ראַסעס. מע דערלאַנגט מיר אַ מיקראָפֿאָן. איך באַגריס זיך מיט דער חבֿרה יונגוואַרג און הייב אָן:

„אַ שווערע טעמע האָט אײַער לערערין אויסגעקליבן פֿאַר אײַך און פֿאַר מיר, צו מאָל אַ שרעקלעכע טעמע, אָבער איר מוזט אַלע זײַן געוווינט צו די שרעקפֿילמען, פֿול מיט הריגה און בלוט.‟ אַלע שטימען אײַן. איך גיי ווײַטער:

„מע זאָגט, אַז אויב אַלע ימען וואָלטן זיך פֿאַרוואַנדלט אין טינט און אַלע וועלדער אין בלײַער, וואָלט עס נישט געסטײַעט אויף צו באַשרײַבן דעם ׳האָלאָקאָסט׳.

זײַ שווײַגן. איך גיי אָן:

„ווער פֿון אײַך ווייסט וואָס דאָס וואָרט ׳האָלאָקאָסט׳ באַדײַט און פֿון וואַנען עס שטאַמט?‟ איין מיידעלע הייבט אויף די האַנט.

„איך ווייס! דאָס וואָרט מיינט אַז די דײַטשן האָבן אויסגעהרגעט אַ סך ייִדן.‟

איך טו זיי מסביר זײַן וואָס דאָס וואָרט באַדײַט און פֿון וואַנען עס קומט און אַז די פֿאַרצײַטיקע גריכן האָבן מקריב געווען אויפֿן פֿײַער בעל־חיים, קרבנות פֿאַר זייערע געטער, און פֿאַרשיידענע, פֿאַרצײַטיקע קולטורן און רעליגיעס האָבן זיך באַנוצט מיט פֿאַרברענען מענטשן ווי אַ קרבן פֿאַר זייערע געטער.” און איך הייב אָן צו דערציילן אַ שרעקלעכע מעשׂה וואָס איך האָב געהערט פֿון מײַן מענדלען, וועלכער איז געווען אין אוישוויץ.

„ער איז געווען מיט אַ פּאָר יאָר עלטער פֿון די קינדער אין קלאַס און איז פֿאַרשלעפּט געוואָרן אין טויטן־לאַגער. דאָרט האָט ער אין אַ רגע אָנגעוווירן טאַטע־מאַמע און פֿיר שוועסטער און ברידער. אַ בחור וואָס איז געשטאַנען דערנעבן האָט אים אַ טאָרע געטאָן און געזאָגט:

׳קוק אַרויף איבער דער קרעמאַטאָריע ווי עס גייט אַ רויך מיט דײַן טאַטע־מאַמע און געשוויסטער.׳

„פֿאַרשטייט זיך אַז מענדל האָט גאָרנישט פֿאַרשטאַנען. נאָך אַ חודש צוויי, האָט מען האָט אים פֿאַרשלעפּט העט ווײַט אַזש קיין עסטרײַך, אין אַ לאַגער וואָס האַט געהייסן עבענזיי און דאָרט איז ער שיעור נישט אומגעקומען פֿון הונגער און קלעפּ, ווען נישט די אַמעריקאַנער אַרמיי וועלכע האָט זיי באַפֿרײַט.

„קראַנקערהייט האָט ער פּלוצעם דערזען דעם אָפֿענעם טויער פֿון לאַגער, די דײַטשע וועכטער זײַנען זיך צעלאָפֿן און די בעלגישע ייִדן האָבן זיך געיאָגט נאָך אַ בעלגישן קאַפּאָ. געיאָגט און געכאַפּט, און אַדורכגעשטאָכן אים מיט אַ מעסער אין האַרצן, געעפֿנט זײַן ראָק און דאָרט געפֿונען אַ ברייטל ברויט אַדורכגעזאַפּט מיט בלוט. אַלע האָבן זיך געוואָרפֿן אויפֿן ברייטל ברויט און מענדל אויך. און דאָס האָט אים מסתּמא געראַטעוועט פֿון טויט.‟

אַ שטילקייט האָט אַרומגענומען דעם קלאַס. פּלוצעם האָט דער גלאָק געקלונגען און זיי אויפֿגעוועקט פֿון זייער הינערפּלעט. זיי האָבן זיך שטיל געזעגנט און געדאַנקט מיר פֿאַר דער לעקציע. באַלד בין איך פֿאַרבעטן געוואָרן אין אַן אַנדערן קלאַס און אין אַ דריטן. אַלע קלאַסן האָבן געוואָלט וויסן איין זאַך — וואָס זײַנען געווען די אמתע נעמען פֿון היטלערן און סטאַלינען? האָב איך זיי מודיע געווען אַז היטלער איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען שיקלגריבער און סטאַלין האָט געהייסן פֿון דער היים דזשוגאַשווילי. אַלע האָבן געלאַכט און זיך באַפֿרײַט פֿונעם שרעקלעכן קאָשמאַר.