די געשיכטע פֿון ייִדן אין אַמעריקע װערט געװײנטלעך פֿאָרגעשטעלט װי אַ באַרגאַרױף. די אָרעמע אימיגראַנטן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון פּאָגראָמען און דיסקרימינאַציע אין אײראָפּע און זײַנען געקומען אינעם לאַנד פֿון פֿרײַהײט און דעמאָקראַטיע. אַ דאַנק זײער התמדה, שׂכל און מאָראַליש־רעליגיעזע װערטן האָּבן זײ זיך אַרױפֿגעאַרבעט און געװאָרן דערפֿאָלגרײַכע דאָקטױרים, אַדװאָקאַטן און געשעפֿטסלײַט. ייִדן זײַנען אַזױ צו זאָגן „געבױרענע אַמעריקאַנער‟, װאָס פּאַסן זיך זײער גוט צו דעם גײַסט פֿון אַמעריקע. אַװדאי איז ניט אַלץ געװען גלאַטיק אױפֿן דאָזיקן װעג, אָבער מען איז איבערגעקומען אַלע מניעות מיט דער הילף פֿון דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס.
דער היסטאָריקער גיל ריבאַק האַלט, אַז דאָס דאָזיקע בילד איז צו פּשוט: „די דערפֿאַרונג פֿון ייִדן אין אַמעריקע דאַרף דערקלערט װערן ניט נאָר אינעם ליכט פֿון זײערע דערגרײכונגען און זײער אױפֿנעם אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. מען דאַרף אױך נעמען אין באַטראַכט די געפֿילן און מײנונגען פֿון ייִדן אין פֿאַרשידענע היסטאָרישע מאָמענטן.‟ אין זײַן בוך באַהאַנדלט ריבאַק אײנעם פֿון די װיכטיקסטע היסטאָרישע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטורעלער געשיכטע אין אַמעריקע, דהײַנו, ווי אַזוי די ניו־יאָרקער ייִדן האָבן באַטראַכט די אומות־העולם צװישן די יאָרן 1880 און 1920.
ריבאַק האָט איבערגעאַקערט אַ גװאַלדיקן מאַסיװ פֿון דאָקומענטאַלע מקורים, דאָס רובֿ אױף ייִדיש: צײַטונגען, זכרונות, בריװ, פּאָליטישע ליטעראַטור, אינטערװיוען. זײַן בוך איז פֿול געפּאַקט מיט אױסערגעװײנטלעך אינטערעסאַנטע פּרטים און ציטאַטן, װאָס שפּיגלען אָפּ די קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע השׂגות װעגן דער אַרומיקער װעלט בײַ די ייִדישע אימיגראַנטן. ער טענהט, אַז דװקא דורך אַנאַליזירן די אימאַזשן פֿון די „גױים‟ קאָן מען דערגײן צו דעם מהות פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן װעלטבאַנעם.
אַ סך מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן האָבן ליב באַקומען אַמעריקע נאָך אײדער זײ זײַנען אָנגעקומען אין דער גאָלדענער מדינה. עס איז מערקװירדיק, באַמערקט ריבאַק, אַז דער דאָזיקער אידעאַל איז פֿאַרבליבן קוראַנט ניט געקוקט אױך אַלע צרות, װאָס די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געהאַט אױסצושטײן גלײַך נאָך זײער אָנקומען. די ייִדישע פּרעסע פֿון יענער צײַט מאָלט אַ שרעקלעך בילד פֿונעם טאָג־טעגלעכן חושך אױף די גאַסן פֿון לאָוער־איסט־סײַד. די אירלענדער און די דײַטשן, װאָס זײַנען געקומען קײן אַמעריקע פֿריִער פֿון די ייִדן, האָבן בױקאָטירט ייִדישע געשעפֿטן, באַפֿאַלן ייִדישע קראָמען און פּעדלער; זײערע שקצים האָבן געשלאָגן ייִדישע בחורים, און די פּאָליצײ איז געשטאַנען דערבײַ און אַוועקגעקוקט. אָבער בײַ די ייִדן זײַנען די דאָזיקע שכנים געװען ניט קײן עכטע „יענקיס‟, נאָר די אַלטע באַקאַנטע „ערלים‟ פֿון דער אַלטער הײם.
דער דרך־ארץ פֿאַר „יענקיס‟ װי די פֿאָרשטײער פֿון דער הױכער ציװיליזאַציע האָט צו טאָן מיט אַן אײגנאַרטיקן פֿענאָמען, װאָס ריבאַק געפֿינט אױך בײַ ייִדן אין אײראָפּע. זײ זײַנען נוטה צו אידעאַליזירן די קולטור פֿון די „הױכע פֿענצטער‟ — דײַטשישע, רוסישע, ענגלישע, פֿראַנצייזישע. דערבײַ קוקן זײ מיט אַ געמיש פֿון ביטול און פּחד אױף די אַרומיקע גויים — אוקראַיִנער, פּאָליאַקן, װײַסרוסן, ליטװינער, מאָלדאַװאַנער. די דאָזיקע באַציִונג האָבן די ייִדישע אימיגראַנטן אַריבערגעבראַכט מיט זיך לעבֿר־הים, און דאָ האָבן די „יענקיס‟ פֿאַרנומען דעם אײבערשטן אָרט.
דערבײַ האָבן װײַט ניט אַלע „יװנים געהאַט אײן פּנים‟. ייִדן האָּבן גיך אײַנגעזאַפּט די אַמעריקאַנער השׂגות װעגן ראַסע, און באַטראַכט כינעזער און די שװאַרצע װי נידעריקע באַשעפֿענישן. צווישן די אײראָפּעיִשע אימיגראַנטן האָבן ייִדן געהאַלטן פֿון די איטאַליענער. פֿון אײן זײַט האָבן זײ אױסגעזען ענלעך צו ייִדן, ליב געהאַט זײערע משפּחות, און אויך ניט געשמט פֿאַר אַנטיסעמיטן. דערצו האָט מען געהאַט אָפּשײַ פֿאַר זײער דרײסטקײט: די מענער האָבן געטראָגן שאַרפֿע מעסערס און זײַנען געװען תּמיד גרײט זײ צו נוצן ווען נײטיק. די איטאַליענער האָבן ספּעציעל אױסגענומען בײַ יונגע ייִדישע פֿרױען: דאָס רובֿ געמישטע חתונות זײַנען געװען צװישן אָט די צװײ גרופּעס.
די השׂגות װעגן די אומות־העולם האָבן אױך באַװירקט דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם אין אַמעריקע. דאָ שטעקט אַ פּאַראַדאָקס: אי ציוניסטן אי גלות־נאַציאָנאַליסטן זײַנען געװען אױסן צו שאַפֿן אַ מאָדערנע ייִדישע אידענטיטעט, אָבער די מוסטערן האָבן זײ גענומען בײַ דער אַרומיקער ניט־ייִדישער װעלט. ייִדן האָבן געדאַרפֿט װערן אַ פֿאָלק „כּכל הגױים‟. ריבאַק דערװײַזט, אַז אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געשאַפֿן זײערע אָרגאַניזאַציעס לױט פֿרעמדע מאָדעלן, און שפּעטער אײדער דאָס רובֿ אַנדערע מינאָריטעטן אין אַמעריקע.
דער קריטישער מאָמענט אין דער ייִדישער געשיכטע אין אַמעריקע איז געקומען אין 1917. דרײַ געשעענישן האָבן שטאַרק באַװירק די ייִדישע עפֿנטלעכע מײנונג און געצװוּנגען ייִדן צו באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ זײער באַציִונג צו אַמעריקע: די רוסישע רעװאָלוציע, אַמעריקעס אַרײַנטריט אין דער ערשטער װעלט־מלחמה, און די באַלפֿור־דעקלאַראַציע. דערצו דאַרף מען צוגעבן דעם װוּקס פֿון די „נאַטיװיסטישע‟ שטימונגען צװישן די סאַמאָראָדנע „יענקיס‟, װאָס האָט דערפֿירט צו די אַנטי־אימיגראַנטישע געזעצן פֿון 1924.
דער פּועל־יוצא פֿון דער דאָזיקער אַנטװיקלונג איז געװען די קאָנסאָלידירונג פֿון דער ייִדישער פּאָליטיק. זי איז געװאָרן מער פּראַקטיש, װײניקער ראַדיקאַל, און מער אַרומנעמיק. דװקא דעמאָלט האָבן ייִדן געקניפּט פּאָליטישע פֿאַרבינדונגען מיט איטאַליענער און שװאַרצע צוליב בשותּפֿותדיקע אינטערעסן. צוזאַמען האָבן זײ זיך בעסער געקאָנט פֿאַרטײדיקן קעגן דער דיסקרימינאַציע מצד דער הערשנדיקער מערהײט. אַמאָליקע אימיגראַנטן האָבן זיך „אױסגעגרינט‟ און אָנגעװױרן זײער אידעאַליסטישן קוק סײַ אױף „יענקיס‟, סײַ אױף סאָציאַליזם. די ייִדישע פּאָליטיק איז געװאָרן פּראַקטיש, ניכטער, און אײגננוציק.
„דאָד גױיִשער ניו־יאָרק‟ איז זײער אַ װיכטיקע פֿאָרשונג, װאָס װעט ענדערן אונדזער קוק אױף דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. ריבאַק בױט זײַן אַרגומענט אױף זײער אַ סאָלידן דאָקומענטאַלן יסוד, און מען קאָן נאָר באַװוּנדערן זײַן התמדה און אַנאַליטישן שאַרפֿזין. אָבער אַזױ װי דאָס רובֿ אַנדערע היסטאָרישע פֿאָרשונגען האָט דאָס דאָזיקע בוך אײן בלייז: מע נעמט כּמעט ניט אין באַטראַכט די ייִדישע ליטעראַטור. פֿון מאָל צו מאָל פֿאַררופֿט זיך ריבאַק אױף דעם אָדער יענעם ייִדישן מחבר, אָבער ער נעמט ניט אױף די אַמעריקאַנער ליטעראַטור װי אַ װיכטיקן מקור.
דער ענין ייִדן צװישן די פֿעלקער איז געװען גאָר װיכטיק פֿאַרן אַמעריקאַנער ייִדישן שרײַבער פֿון אַלע ריכטונגען. די ליטעראַרישע געשטאַלטן, אַזעלכע װי פּאַן יאַבלאָװסקי אין משה־לײב האַלפּערנס בוך „אין ניו–יאָרק‟, אָדער דער איטאַליענער אַלעק אין יוסף אָפּאַטאָשוס נאָװעלע „פֿון ניו־יאָרקער געטאָ‟, פֿאַרקערפּערן אין אַ קינסטלעריש-געפּרעסטער פֿאָרם אַ סך פֿון די סטערעאָטיפּן, אי פּאָזיטיװע, אי נעגאַטיװע, װאָס רובאַק אַנטדעקט אין זײַן פֿאָרשונג. און די באַציִונגען צװישן ליטעראַטור און לעבן זײַנען קעגנזײַטיקע. פֿון אײן זײַט האָט די ייִדישע ליטעראַטור אײַנגעזאַפּט די השׂגות פֿונעם פֿאָלק, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט האָט זי, בײַ גלײַך מיט דער פּרעסע, אױסגעפֿורעמט דאָס בילד פֿון אַמעריקע און אירע פֿאַרשידענע תּושבֿים אינעם קאָלעקטיװן באַװוּסטזײַן פֿון איר לײענערשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.