וואַטיקאַן. — כאָרכע מאַריאָ בערגאָליאָ, דער אַרגענטינער קאַרדינאַל, וועלכער איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער נײַער פּויפּסט און וועט באַקומען דעם נײַעם נאָמען — פֿראַנציסקוס אָדער פֿרענסיס — געפֿינט אין גוטע באַציִונגען מיט די אַרגענטינער ייִדן.
מיטוואָך, נאָך אַ צוויי-טאָגיקן וואַלן-פּראָצעס אין וואַטיקאַן, האָבן די קאַרדינאַל באַשלאָסן, אַז בערגאָליאָ, אַ 76־יאָריקער יעזויִט, וועט אָנפֿירן מיט דער קאַטוילישער קירך. צום ערשטן מאָל אין מער ווי טויזנט יאָר, קומט אַ נײַער פּויפּסט נישט פֿון אייראָפּע, נאָר פֿון דרום-אַמעריקע, וווּ עס וווינען אַ סך קאַטויליקער. דער פֿריִערדיקער פּויפּסט, בענעדיקט דער 16טער, איז געווען דער ערשטער הויפּט-פֿירער פֿון דער קאַטוילישער קירך, וועלכער האָט זיך אַליין אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּאָסטן זינט דעם יאָר 1415.
זײַענדיק דער אַרציביסקופּ פֿון בוענאָס-אײַרעס, איז בערגאָליאָ געקומען ראָש־השנה אין דער שיל „בני תּקוה סליחות‟, אין סעפּטעמבער 2007. הרבֿ דוד ראָזען, דער דירעקטאָר פֿון צווישן-רעליגיעזע ענינים בײַם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז דער נײַער פּויפּסט איז אַ „וואַרעמער, אָנגענעמער און באַשיידענער מענטש‟. לעבנדיק אין בוענאָס-אײַרעס, האָט ער אַליין געגרייט פֿאַר זיך דאָס עסן און פּערזענלעך געענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן. ראָזען האָט צוגעגעבן, אַז נאָך דעם טעראָר־אויפֿרײַס בײַ דעם ייִדישן קהילה-צענטער „AMIA‟ האָט ער אַרויסגעוויזן סאָלידאַריטעט מיט די ייִדן. אינעם יאָר 2005, איז ער געווען דער ערשטער באַקאַנטער טוער, וועלכער האָט אונטערגעשריבן אַ פּעטיציע, בעטנדיק די רעגירונג אויסצופֿאָרשן דעם דאָזיקן פֿאַרברעכן ווי געהעריק און צו געפֿינען די שולדיקע. שפּעטער האָט ער זיך באַטייליקט אין אַנדערע אונטערנעמונגען, פֿאַרבונדן מיט „AMIA‟.
ישׂראל זינגער, דער געוועזענער אָנפֿירער פֿונעם „ייִדישן וועלט-קאָנגרעס‟, האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט אַמאָל געאַרבעט צוזאַמען מיט בערגאָליאָ, ווען זיי האָבן פֿאַרשפּרייט די שפּײַז פֿאַר אָרעמע-לײַט אין די 2000ער יאָרן, ווי אַ טייל פֿון אַ בשותּפֿותדיקער ייִדיש-קריסטלעכער חסד-פּראָגראַם, וועלכער האָט געטראָגן דעם ייִדישן נאָמען „צדקה‟. זינגער האָט אויך באַמערקט, אַז דער גלח פֿירט זיך זייער באַשיידן.
בערגאָליאָ האָט אויך אָנגעשריבן אַ הקדמה צו אַ בוך פֿון הרבֿ סערכיאָ בערגמאַן, וווּ ער שילדערט אים ווי איינעם פֿון זײַנע לערער. אין נאָוועמבער, האָט דער קאַטוילישער פֿירער אָרגאַניזירט אין בוענאָס-אײַרעס אַן אונטערנעמונג אין אָנדענק פֿון דער „קרישטאָלנאַכט‟. די נײַעס-אַגענטור „קאַטוילישער זעניט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז בעת זײַן וויזיט אין דער שיל, האָט ער געזאָגט, אַז ער „פֿילט זיך ווי אַ פּילגרים, זײַענדיק צוזאַמען מיט זײַנע עלטערע ברידער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.