באַרג, בערג, ברעג, באָרג, Burg, ־בעריק, ־באָריק

Places with barg, berg, breg, borg, -berik, and -borik

Wikimedia Commons

פֿון הערשל גלעזער

Published March 14, 2013, issue of March 15, 2013.

באַקענט זיך מיט דער גרויסער משפּחה באַרג!

„באַרג‟ אַליין איז גאַנץ פּשוט: דאָס װאָרט געהער זיך אָן מיטן דײַטשישן, האָלענדישן און שוועדישן berg; גאָר אַ מאָל איז דאָס אויך געווען דאָס וואָרט אויף ענגליש, ביז ס׳איז נישט געקומען די פֿראַנצײזישע פֿאַרפֿלייצונג און פֿאַרביטן דאָס װאָרט מיט mountain, פֿונעם פֿראַנצײזישן montagne. די איינציקע רעשטלעך דערפֿון זענען iceberg, וואָס דאָס איז אין דער אמתן אַ לײַװאָרט פֿון האָלענדישן ijsberg, און barrow, אַ פֿאַרעלטערטער עקװיװאַלענט פֿון ׳בערגל׳. (דאָס װאָרט barrow וואָס אין wheelbarrow איז פֿון אַן אַנדער אָפּשטאַם.) אַגבֿ, איז דער װאָרט־אויסיקער w דאָ אין גאַנצן נאָרמאַל: זע ייִדיש „באָרגן‟ אַקעגן ענגליש borrow, „זאָרג‟ אַקעגן sorrow אד״גל.

ייִדיש איז געגאַנגען אַ טראָט ווײַטער און געמאַכט פֿון Berg — באַרג. אויף מאַמע־לשון איז דאָס גאָר נישט קיין זעלטנקייט: פֿאַראַן אויך „האַרץ‟ אַקעגן Herz, „שמאַרץ‟ אַקעגן Schmerz, ווי אויך, אַ שטייגער, „װאָרעם‟ אַקעגן Wurm. דאָ האָט ענגליש געמאַכט „יד־אַחת‟ מיט ייִדיש — heart (דער אויסלייג שפּיגלט אָפּ סײַ דעם עלטערן אַרױסרעד מיט e, סײַ דעם נײַערן מיט a), smart און worm. חוץ דעם דאַרף מען דערמאָנען ס׳ייִדישע רבים „בערג‟ — בײַ פּױלישע ייִדן „בערגער‟ — אַקעגן דעם דײַטשישן Berge.

די משפּחה איז זייער אַ פֿאַרצװײַגטע: חוץ „באַרג, בערג‟ איז דאָ „ברעג‟, וואָס זײַן תּחילתדיקער טײַטש איז גאָר ׳האַרבעריק׳ — אַגבֿ, אויך די ענדונג „־בעריק‟ איז אַ גליד פֿון דער משפּחה; טאַקע „באָרגן‟, וואָס זײַן תּחילתדיקער טײַטש איז גאָר ׳שיצן׳; און אַפֿילו „בירגער‟. און דאָ הייבט זיך אָן די רעכטע מעשׂה.

אויף דײַטשיש איז דאָ אַ װאָרט Burg ׳פֿעסטונג׳, וואָס איז מיט דער צײַט געוואָרן אויך ׳שטאָט׳. ס׳נישט קיין וווּנדער; דאָס רוסישע gorod, אַ שטייגער, איז אויך קודם געווען ׳פֿעסטונג׳ איידער ס׳איז געוואָרן ׳שטאָט׳, ווײַל די ערשטע שטעט זענען, פֿאַרשטייט זיך, געווען פֿעסטונגען; דער עלטערער טײַטש לעבט ביז הײַנט אין פּױליש (gród), טשעכיש און סלאָװאַקיש (hrad). אַגבֿ זענען די עטימאָלאָגישע עקוויוואַלענטן אויף ענגליש borough און bury- — למשל, Waterbury, Salisbury אד”גל, וווּ דאָס איז אַ סופֿיקס טײַטש ׳שטאָט׳; אָבער אויך bury ׳באַגראָבן, באַהאַלטן׳ וואַקסט פֿון דעם שורש, ווײַל אויך דאָ איז דער תּחילתדיקער טײַטש געווען ׳שיצן׳.

פֿון Burg נעמט זיך Bürger, ייִדיש „בירגער‟ (מערבֿ־ייִדיש „בערגער‟), נאָר אויף ייִדיש איז נישטאָ קיין „בורג‟, אַיאָ? און אפֿשר איז יאָ דאָ.

פֿאַראַן אַ היפּשע צאָל ייִדישע שטאָטנעמען וואָס וואַקסן פֿון דײַטשישע אויף ־בורג. דווקא ווײַל מאַמע־לשון האָט נישט קיין „בורג‟ האָבן זיי זיך בדרך־כּלל צונויפֿגעגאָסן מיט „באַרג‟ דורך פֿאָלקס־עטימאָלאָגיע. דאָס וואָס אויף ייִדיש קומט צו אַ וואָקאַל צווישן ר און ק (אויך ר און פֿ, ל און ב, ל און כ) — פֿ”גל „האַרבעריק‟ מיטן דײַטשישן Herberge — איז אַ פֿאַרשפּרייטער פֿענאָמען (דער טעכנישער טערמין איז דער סאַנסקריטישער „סוואַראַבהאַקטי‟). אין פּױלישן, ווי אויך אין מערבֿדיקן ייִדיש, זאָגט מען דאָך /באַריג/ ׳באַרג׳, /דאָרעף/ ׳דאָרף׳, /האַלעב/ ׳האַלב׳. דער אַרױסרעד „מילעך‟ אד״גל איז פֿאַרשפּרײט דאָרטן און אין אוקראַיִנישן ייִדיש אויך.

איז ווי זשע גיט זיך מאַמע־לשון אַן עצה מיט די „בורגס‟? פֿאַראַן עטלעכערליי אַזעלעכע נעמען, געווענדט אין דעם וווּ ס׳פֿאַלט דער אַקצענט. פֿונעם דײַטשישן Klausenburg — דער הײַנטיקער מלוכישער נאָמען איז Cluj-Napoca (רומעניע), דער פֿריִערדיקער Kolozsvár (אונגערן) — איז אויף ייִדיש „קלויזנבאָרג‟ /קלאָוזנבאָריק/ (אמת, בדרך־כּלל שרײַבט מען עס „קלויזנבורג‟, בהסכּם מיט דער דײַטשישער פֿאָרעם); פֿונעם דרײַטראַפֿיקן דײַטשישן נאָמען מיטן הויפּטאַקצענט אויפֿן ערשטן טראַף און מיטן בײַאַקצענט אויפֿן לעצטן איז געוואָרן אויף ייִדיש אַ פֿירטראַפֿיקס, מיטן הויפּטאַקצענט אויפֿן ערשטן און מיטן בײַאַקצענט אויפֿן פֿאַרלעצטן. ווײַל ס׳איז דאָ אַ בײַאַקצענט הערט מען אינעם סופֿיקס ־באָריק אַ גאַנץ קלאָרן (פֿאַרלעצטן) וואָקאַל. און דער צוגעגעבענער טראַף אין אויטענטישן ייִדיש, לכל־הפּחות אין דרומדיקע מקומות, מוז אינעם סופֿיקס זײַן אַ סוואַראַבהאַקטי־וואָקאַל. אַזוי אויך „דענעבאָרג‟, וואָס מע האָט אַ מאָל אַװדאי אַרויסגערעדט /דענעבאָריק/, פֿונעם דײַטשישן Dünaburg — אויף לעטיש Daugavpils, אויף רוסיש Dvinsk. פֿון אַן אַנדער טייג געקנאָטן איז „פּרעשבאָריק‟, דײַטשיש Pressburg, ס׳הײַנטיקע סלאָװאַקישע Bratislava; דער עלטערער סלאָװאַקישער נאָמען איז געווען Prešporok, אַרײַן פֿון דײַטשיש פֿון דער צײַט ווען דאָרטן האָבן געוווינט ווינציק סלאָװאַקן, נאָר דערעיקרשט דײַטשן, אונגערן און ייִדן. Pressburg אַליין וואַקסט פֿונעם נאָמען פֿונעם גרינדער פֿון דער שטאָט, איינעם Braclav (אַרױסגערעדט /בראַצלאַוו/). וואָלט די שטאָט, הייסט עס, באַדאַרפֿט הייסן אויף סלאָװאַקיש Braclava, נאָר דער פֿילאָלאָג שאַפֿאַריק (Pavol Jozef Šafárik), וואָס ער האָט דער שטאָט געגעבן איר מאָדערנעם נאָמען, האָט זיך, אַ פּנים, טועה געווען, איז געבליבן Bratislava. (נאָר נישט געקוקט אויף דעם טעות, האָט שאַפֿאַריק גאַנץ גוט אָפּגעשניטן: פֿאַראַן אין פּרעשבאָרג אַ צענטראַלער פּלאַץ אויף זײַן נאָמען, ווי אויך אַן אוניווערסיטעט, אין דער שטאָט קאַשוי (Košice) — אויף אַלע פֿילאָלאָגן געזאָגט אַזעלעכע כּיבודים…) צוריק צום ענין: פֿאַר װאָס אויף ייִדיש פֿאַלט דאָ דער הויפּטאַקצענט אויפֿן סופֿיקס איז נישט קלאָר, אָבער דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר װאָס דאָ הערט מען אַ קלאָרן /o/, נאָך קלאָרער פֿונעם האַלב אַקצענטירטן /o/ אין „קלויזנבאָרג‟.

אין דרײַטראַפֿיקע ייִדישע נעמען, אָבער, וואָס נעמען זיך פֿון דײַטשישע צווייטראַפֿיקע איז נישטאָ אויפֿן סופֿיקס נישט קיין הויפּטאַקצענט, נישט קיין בײַאַקצענט. ווערט דער סופֿיקס אַרױסגערעדט /berik/, אַ שטייגער: יורבעריק, ליטוויש Jurbarkas, דײַטשיש Jurburg; גינשפּעריק (מיט פּ!), דײַטשיש Königsberg, פּױליש Królewiec (׳קעניגס שטאָט׳) — הײַנט Kaliningrad אין רוסלאַנד; באַמבעריק א״אַ מערבֿ־ייִדישע מקומות, דײַטשיש Bamberg אאַז״װ. אַפֿילו אויף האָלענדיש איז דאָ אַזאַ פֿענאָמען: דאָס טרויעריק באַרימטע Westerbork, פֿון וואַנעט מע האָט דעפּאָרטירט האָלענדישע ייִדן בעתן חורבן — ווערט אין דער אמתן אַרױסגערעדט /װעסטערבאָריק/.

הײַנט דער באַקאַנטסטער שטאָטנאָמען אין דער גרופּע: לעמבעריק. די שטאָט האָט אַזױ פֿיל פֿאַרשיידענע נעמען, אַז ס׳איז שווער צו פֿירן אַ חשבון. זי איז פֿאַרלייגט געוואָרן מיט קנאַפּע אַכט הונדערט יאָר צוריק פֿונעם גאַליצישן מלך דניאל, וואָס ער האָט איר געגעבן אַ נאָמען נאָך זײַן זון, לעוו. אויף לאַטײַן האָט דער זון געהייסן Leo, איז דער לאַטײַנישער נאָמען פֿון דער שטאָט Leopolis, וואָס אין פֿראַנצייזיש איז עס געוואָרן Léopole. בײַ די סלאַװישע פֿעלקער זענען די נעמען געפֿורעמט טאַקע פֿון „לעוו‟, וואָס ס’איז אויך טײַטש ׳לייב׳: פּױליש Lwów, רוסיש L’vov, אוקראַיִניש L’viv — ד״ה, אַ געקירצטע פֿאָרמע פֿונעם נאָמען „לעוו‟ מיט אַ סופֿיקס, וואָס ער איז טײַטש אַן ערך ׳וואָס געהערט צו׳. פֿונעם סלאַװישן וואַקסט דער אַלטער אונגערישער שטאָטנאָמען Ilyvó: אין יענער צײַט האָט אונגעריש נישט פֿאַרטראָגן קיין צוויי קאָנסאָנאַנטן וואָרט־אײַן, איז צוגעקומען דער I; ס׳האָט אויך נישט פֿאַרטראָגן דעם סופֿיקס ov-, איז פֿון דעם געוואָרן לאַנגער ó; אַחרון אַחרון, איז דער ווייכער ‘l אויף סלאַװיש געוואָרן ly, וואָס ווערט הײַנט אַרױסגערעדט ווי j אויף אונגעריש, y אויף ענגליש. איז געבליבן Ilyvó, אַרױסגערעדט כּמעט ווי דער נאָמען פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט…

נו, און דער ייִדישער נאָמען? ביזן הײַנטיקן טאָג שרײַבט מען (אַ סך צו) אָפֿט אויף ייִדיש דעם דײַטשישן נאָמען: „לעמבערג‟, ד״ה Lemberg. נאָר די אָרטיקע און שכנישע ייִדן, און אַפֿילו אַזעלעכע וואָס געפֿינען זיך צו ווײַט, מע זאָל זיי רופֿן שכנישע — למשל, פֿון ראָװנע (וואָלין) — זאָגן בפֿירוש „לעמבעריק‟, דרײַטראַפֿיק. אַזױ װי דער נאָמען האָט נישט קיין בײַאַקצענט הערט מען נישט אינעם סופֿיקס קיין קלאָרן וואָקאַל. פֿאַראַן אויך אַ צווייטראַפֿיקע פֿאָרמע „לעמבריק‟, כאָטש קיין בריק איז דאָ נישט שייך. אין דער שטאָט וווינט אַ ייִד באָריס (ברוך) דאָרפֿמאַן, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון באַסאַראַביע, אַ געוועזענער קאָרעספּאָנדענט פֿונעם „פֿאָרװערטס‟ און אַן איבערגעגעבענער ייִדיש־לערער מיט יונגוואַרג, ייִדן און נישט־ייִדן, כאָטש ער איז שוין בײַ די 90. נישט געקוקט דערויף וואָס איבער זײַנע אַרטיקלען פֿלעג שטיין „לוואָװ‟ ווייסט ער בעסער: איין מאָל איז ער געווען דאָ צו גאַסט אין ניו־יאָרק, כאַפּט ער זיך אַרײַן צו מיר אין ייִװאָ. ער שטעלט זיך פֿאָר „באָריס דאָרפֿמאַן, פֿון לוואָװ‟. פֿויל איך זיך נישט און וויל אים איבערפֿרעגן, פֿאַרלויפֿט ער מיר דעם וועג: „הערשל, דו ווייסט ווי די שטאָט הייסט אויף ייִדיש? ׳לעמבריק׳ [צווייטראַפֿיק]‟. הוראַ!

אַיאָ, דאָס ייִדישע וואַקסט פֿון דײַטשיש, און שוין? שווער צו וויסן. די מעשׂה איז אַזױ:

דער דײַטשישער נאָמען איז, אַ פּנים, אַ קאַלקע [איבערזעצונג] פֿונעם לאַטײַנישן — פֿון Leopolis איז קודם־כּל געוואָרן Löwenburg ׳לייבנשטאָט׳, וואָס מיט דער צײַט איז עס „אײַנגעשרומפּן‟ געוואָרן אויף Lemberg. אַ מאָדנע זאַך, וואָרן, ווי מיר ווייסן שוין, איז דער סופֿיקס אויף דײַטשיש כּמעט בלויז burg-, זעלטן berg- — דער ערשטער איז דאָך טײַטש ׳שטאָט׳, דער צווייטער — נישט. מוז איך זיך משער זײַן, אַז Lemberg וואַקסט אָדער פֿון אַ דיאַלעקט אָדער פֿון דער שמועסשפּראַך, ווײַל אין ליטעראַרישן לשון וואָלט ער זיך אַוודאי נישט אַזוי ראַדיקאַל געביטן. נאָר כאָטש פֿון היסטאָרישן קוק לייגט זיך עס נישט אויפֿן שׂכל, לייגט זיך שפּראַכיק צום מיינסטן אויפֿן שׂכל די השערה, אַז דאָס ייִדישע „לעמבעריק‟ איז גאָר דער עלטערער נאָמען און איז פֿון אונדז ערשט דערגאַנגען צו די דײַטשן…

נאָך איין משל: פּײטערבאַרג, דער פּשוט־פֿאָלקישער נאָמען פֿון דער קרוינשטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע און די צווייטע שטאָט פֿונעם הײַנטיקן רוסלאַנד; דעם נאָמען פּייטערבאַרג, טרעפֿט מען נישט איין מאָל בײַ שלום־עליכמען. דער רוסישער נאָמען, Peterburg, איז אין תּוך אַרײַן אַ דײַטשישער (דאָס רוסישע מלכות, פּונקט ווי דאָס ענגלישע א״אַ, איז דאָך געווען אַן אָפּשטאַמיקס פֿון דײַטשלאַנד) — ערשט נאָך דער רעוואָלוציע האָט מען אויף אַ צײַט פֿאַררוסישט דעם נאָמען אויף Petrograd. דאָ איז דער נאָמען פֿון דער זעלביקער קאַטעגאָריע וואָס Klausenburg און Dünaburg, נאָר דער רעזולטאַט איז אַן אַנדערער: פּײטערבאַרג, נישט „פּייטערבאָריק‟. פֿאַר װאָס? אפֿשר ווײַל אַלע אַנדערע דאָ אַרומגערעדטע נעמען זענען אַרײַן אין מאַמע־לשון דורכן לעבעדיקן קאָנטאַקט מיט דײַטשן אין גאַליציע (לעמבעריק), פּרײַסן (גינשפּעריק), ליטע נישט ווײַט פֿון דער פּרײַסישער גרענעץ (יורבעריק), סלאָװאַקײַ (פּרעשבאָריק) און זימבערגן (קלױזנבאָריק), בשעת „פּײטערבאַרג‟ איז גאָר אַרײַן פֿון רוסיש נישט צום שטאָטישן קיבוץ ייִדן, נאָר צו ייִדן אין ווײַטערע מקומות, ווי שלום־עליכמס. אָן אַ קאָנקאַקט מיט דײַטשיש איז burg- געבליבן אין גאַנצן פֿרעמד, האָט מען עס אויסגעטײַטש ווי ס’וואָלט געווען „באַרג‟.