דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף-וואָך האָב איך פֿאַרבראַכט אין שיקאַגאָ, זיך באַקענט דאָרטן מיט דער זייער סימפּאַטישער סבֿיבֿה פֿון דעם היגן ייִוואָ. אין אַ שמועס מיט איינער פֿון די אַקטיווע מיטגלידערינס פֿונעם ייִוואָ האָב איך זיך דערוווּסט, אַז איר האָט זיך אײַנגעגעבן אָפּצוראַטעווען כּתבֿ-ידן פֿון אַ באַקאַנטן ייִדיש שרײַבער. אָנגעהויבן האָט זיך דער ענין מיט דעם, וואָס בויער האָבן רעקאָנסטרויִרט עפּעס אַ ווינקל אין דער שטאָט, געפֿונען די דאָזיקע פּאַפּירן און באַשלאָסן זיי ניט אַרויסצוּוואַרפֿן. די מעשׂה גופֿא מכּוח די כּתב-ידן קלײַב איך זיך ניט צו דערציילן, לכל-הפּחות איצט. ווײַל ניט דאָס בין איך אויסן.
די רייד גייט דאָ וועגן דער עצם באַציִונג צו כּתבֿ-ידן. דער שרײַבער, וועמענס אַרכיוו האָט זיך צופֿעליק אָפּגעזוכט, האָט — אויף וויפֿל איך ווייס — קינדער און אייניקלעך. אָבער זיי זײַנען, אַ פּנים, ווייניק, צי אַפֿילו אין גאַנצן ניט, פֿאַרטאָן אין דעם פּראָצעס פֿון אָפּהיטן די אַרכיוו-מאַטעריאַלן פֿון זייער פֿאָטער און זיידע. אפֿשר איז עס פֿאַרבונדן מיט דעם וואָס מיר פֿאַרלירן די גאַנצע „פּאַפּירענע קולטור‟. נאָך אונדז וועלן קיין מאַנוסקריפּטן ניט בלײַבן. אַלץ ווערט דאָך שוין עלעקטראָניש אָנגעשריבן און אָפּגעהיט. דאָס וואָרט „מאַנוסקריפּט‟ איז נאָך ניט אַרויס פֿון אונדזער לשון, אָבער מיינען מיינט עס, בדרך-כּלל, אַ „פֿײַל‟, אַ „טעקע‟ אין אונדזער קאָמפּיוטער. די טענדענץ איז אַזאַ אַז אויך אַלטע פּאַפּירן, אין אַרכיוון און ביבליאָטעקן, ווערן אַריבערגעפֿירט אין עלעקטראָנישע פֿאָרמאַטן.
אָבער דאָס איז די טענדענץ. דערווײַל זײַנען נאָך דאָ מיליאָנען טעקעס מיט פּאַפּירן, וואָס ליגן — פֿיזיש, ניט עלעקטראָניש — אין כּלערליי אַרכיוון. און צו מאָל גייט אַרום די פּאַפּירן אַ מלחמה. איינע פֿון זיי האָט זיך אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר געפֿירט אַרום דעם עזבֿון פֿונעם ייִדישן שרײַבער נפֿתּלי-הערץ כּהן (קאָן).
געבוירן איז נפֿתּלי-הערץ כּהן אין 1910 אין דער בוקאָווינע, הײַנט געפֿינט עס זיך אין אוקראַיִנע. ער איז געווען נאָך אַ יונגער בחור, ווען אים האָבן פֿאַרכאַפּט די אידעען פֿון סאָציאַליזם. בינו-לבינו האָט ער געמאַכט זײַנע ערשטע טריט אין ייִדישער ליטעראַטור, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל לידער. כּהן איז געווען קוים צוואַנציק יאָר אַלט ווען מע האָט אים אַרעסטירט אין פּוילן, אָבער אין 1932 איז ער באַפֿרײַט געוואָרן דורך אַ צונויפֿגערעדטקייט מיטן סאָוועטישן צד: כּהן איז אַרויסגעשיקט געוואָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, באַקומען דאָרטן אַ מעגלעכקייט זיך באַשעפֿטיקן מיט ליטעראַרישער טעטיקייט. אין יאָר 1935 איז אין מינסק אַרויס זײַן לידער-זאַמלונג „טראָט נאָך טראָט‟.
אין אייניקע פּובליקאַציעס וועגן כּהנען מאַכט מען פֿון אים אַ שטיקל דיסידענט — אַז ער האָט כּלומרשט געדרוקט אַזעלכע זאַכן, וועלכע זײַנען ניט געווען צום האַרצן דעם סאָוועטישן רעזשים. אין דער אמתן איז עס אַ באָבע-מעשׂה. פּשוט אַ מענטש, וואָס איז געקומען קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿון אויסלאַנד, איז תּמיד פֿאַרבליבן פֿאַרדעכטיק. און דאָס — ניט זײַן שאַפֿערישקייט — האָט באַשטימט כּהנס גורל. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז אים אויסגעקומען צו ווערן אַרעסטירט צוויי מאָל: אין 1937 און אין 1948. און ביידע מאָל האָט מען אים געהאַלטן פֿאַרשפּאַרט אין משך פֿון עטלעכע יאָר. דאָס ערשטע מאָל האָט מען אים אַרויסגעלאָזט אין 1941, און ער איז אין קורצן געוואָרן אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ייִדישער צײַטונג „אייניקייט‟, דעם אָרגאַן פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. פֿאַר „אייניקייט‟ האָט ער געשריבן פֿון טשערנאָוויץ, וווּ ער האָט זיך מיט זײַן משפּחה באַזעצט נאָך דעם ווי די שטאָט איז ווידער געוואָרן אַ סאָוועטישע.
דאָס צווייטע מאָל איז ער געזעסן אין די לאַגערן לענגער. די רעהאַביליטאַציע איז געקומען נאָר אין יאָר 1956. לסוף האָט ער און זײַן משפּחה באַקומען אַ דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן קיין פּוילן. אָבער דאָס שלימזל האָט אים ניט אָפּגעלאָזט אויך מחוץ דער סאָוועטישער מלוכה. אין פּוילן איז ער ווידער אַרעסטירט געוואָרן, אין יאָר 1963. אָפּגעהאַלטן האָט מען אים אין משך פֿון 15 חדשים. דערנאָך האָט ער זיך באַזעצט אין ישׂראל, דאָרטן האָט זײַן שווערער וועג אויף דער ערד זיך פֿאַרענדיקט אין 1971.
איך האָב אַ ביסל אַרײַנגעקוקט אין דער ביאָגראַפֿיע פֿון נפֿתּלי-הערץ כּהן. זייער אַ סך זאַכן בלײַבן מיר אין גאַנצן ניט קלאָר. בפֿרט די געשיכטע פֿון זײַן אַרעסט אין פּוילן. פֿאַר וואָס האָט מען זיך צוגעטשעפּעט דווקא צו אים? קיין קאַמפּאַניע קעגן ייִדישע אַקטיוויסטן האָט זיך דאָך דעמאָלט, דאַכט זיך, ניט געפֿירט. קיין וויכטיקע ראָלע האָט כּהן ניט געשפּילט — ניט אין ליטעראַטור, ניט אין געזעלשאַפֿטלעכע ענינים. אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע וועט מען נאָך מוזן געפֿינען.
אַזוי צי אַזוי, אָבער בײַם אַרעסטירן אים האָט די פּאָליציי קאָנפֿיסקירט זײַנע פּאַפּירן. אַזוי פֿלעגט מען עס טאָן אויך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָבער דאָרטן פֿלעגט מען, בדרך-כּלל, פּטור ווערן פֿון אַזעלכע פּאַפּירן — פֿאַרברענען זיי צי פּשוט אַרויסוואַרפֿן. אין פּוילן האָבן זיי זיך אָפּגעהיט און געפֿונען אַ וועג אין דעם וואַרשעווער שטאָטישן אַרכיוו. האָבן זיך כּהנס טעכטער, אינאַ (וווינט אין ניו-יאָרק) און וויטאַ (וווינט אין ישׂראל), צוגעצויגן דעם הימל צו דער ערד און טאַקע אַרויסגעריסן זייער פֿאָטערס עזבֿון: 15 טעקעס מיט כּתבֿ-ידן זײַנען איבערגעגעבן געוואָרן דעם 5טן מאַרץ. זיי האָבן געוווּנען זייער אַ שווערן לעגאַלן קאַמף, געשאַפֿן אַ וויכטיקן פּרעצעדענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.