וואָס מיינט די ייִדישע קונסט

The Meaning of Jewish Art

בען רובינס אַבסטראַקטע פּרעזענטאַציע פֿון אַ גמרא־בלאַט, אויף דער אויסשטעלונג בײַ דער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַריע‟
Courtesy of JTS
בען רובינס אַבסטראַקטע פּרעזענטאַציע פֿון אַ גמרא־בלאַט, אויף דער אויסשטעלונג בײַ דער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַריע‟

פֿון לאָראַ האָודס (Forward)

Published March 14, 2013, issue of March 15, 2013.

ניו־יאָרק. — אינעם יאָר 1966 האָט דער קונסט-קריטיק האַראָלד ראָזענבערג געפֿרעגט אין זײַן עסיי, צי ס׳איז מעגלעך בכלל אַזאַ זאַך, ווי אַ ייִדישע קונסט? דעמאָלט האָט ער געטראַכט, אַז ייִדן האָבן נישט אויסגעאַרבעט קיין אייגענעם קינסטלעכן סטיל. ס׳איז אויך פֿאַרשפּרייט אַ סטערעאָטיפּ, אַז צוליב דעם תּנ״כישן פֿאַרבאָט קעגן געוויסע מינים וויזועלע שאַפֿונגען, האָט אין ייִדישקייט נישט געקאָנט זיך אַנטוויקלען אַן עכטע קינסטלעכע טראַדיציע.

מאַרגאַרעט אָלין שרײַבט אין איר בוך „דאָס פֿאָלק אָן קונסט‟, אַז ראָזענבערג האָט יאָ געפֿונען אַן אוניקאַלן ייִדישן סטיל, וועלכער באַשטייט נישט אין שאַפֿן קונסט, נאָר אין געפֿינען עס אין דער הייליקער וועלט פֿון תּנ״ך. די נײַע אויסשטעלונג בײַ דער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַריע‟ (JTS) אין ניו־יאָרק ווײַזט, אַז פּונקט אין דעם טאַלאַנט צו געפֿינען קונסט אין באַקאַנטע סוזשעטן שטעקט אַ ריזיקער שעפֿערישער פּאָטענציאַל. דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג, וואָס ווײַזט ווערק פֿון פֿינף קינסטלער, דערקלערט דעם דאָזיקן געדאַנק: „לייענענדיק דאָס וויזועלע און וויזואַליזירנדיק דעם טעקסט‟.

די באַטייליקטע קינסטלער האָבן באַגלייט יעדע פֿון זייערע שאַפֿונגען מיט אַלטע קונסט-ווערק, וועלכע געפֿינען זיך אינעם גרויסן אוצר פֿון כּתבֿ־ידן און פֿאָטאָ-אַרכיוון בײַ JTS. ווען מע גייט אַרײַן אינעם בנין פֿון דער סעמינאַריע, זעט מען אַ ווידעאָ־עקראַן, אינסטאַלירט דורכן מעדיאַ-קינסטלער בען רובין, וואָס זײַן ליכט-סקולפּטור פֿונעם יאָר 2010 באַצירט דעם „נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון ייִדיש-אַמעריקאַנער געשיכטע‟ אין פֿילאַדעלפֿיע. פֿאַר JTS האָט רובין געשאַפֿן אַ קונסט-רעפּרעזענטאַציע פֿון איבער 5,000 גמרא-בלעטער, וועלכע פֿאַרוואַנדלען זיך אויפֿן עקראַן אין פֿאַרשיידענע געאָמעטרישע פֿיגורן.

דער בײַט פֿון קאָלירן און צורות דעמאָנסטרירט אויף אַ קינסטלערישן אופֿן די ייִדישע טראַדיציע פֿון דינאַמישע דעבאַטן און חידושים, וועלכע ליגט אינעם סאַמע האַרץ פֿונעם תּלמוד. רובין פֿאַרשטייט נישט די שפּראַך פֿון די חז״ל; פֿונדעסטוועגן, האָט זיך אים אײַנגעגעבן אויסצודריקן דעם גײַסט פֿון תּורה-שבעל-פּה דורך אַ וויזועלער קונסט-שאַפֿונג.

די קינסטלערין דאַניעלע דורכשלאַג האָט געפֿונען איר קוואַל פֿון באַגײַסטערונג אינעם פֿאָטאָ-אַרכיוו פֿון JTS. אין אירע ווערק, פֿאַרבינדט זי די אַרכיוו-פֿאָטאָגראַפֿיעס מיט איר אייגענער משפּחה-געשיכטע. רחל קאַנטערס ווערק — מאַנעקענען, אָנגעטאָן אין קאָליריקע טליתים — זענען אויך אַסאָציִיִרט מיט איר משפּחה. טאָבי קאַנס אַבסטראַקטע מאָלערײַ שפּיגלט אָפּ די אַלטע אילוסטראַציעס פֿון ייִדישע כּתבֿ־ידן, און דזשיל נאַטאַנסאָנס בילדער זענען געווידמעט אַ ריי תּנ״כישע סוזשעטן.