אין אַ קלאַס וועגן דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג, וווּ איך דין ווי דער לערער־אַסיסטענט, האָט דער פּראָפֿעסאָר לעצטנס געפֿרעגט, וויפֿל פֿון די סטודענטן האָבן נאָך קרובֿים וואָס געהערן צו אַ יוניאָן. פֿון דער גאַנצער גרופּע, אַן ערך 20 סטודענטן, האָבן בלויז צוויי אויפֿגעהויבן אַ האַנט און געענטפֿערט, אַז אין זייערע משפּחות איז דאָ איינער וואָס געהערט צו דער לערער־יוניאָן. דאָס הייסט, קיין איינער האָט אַפֿילו ניט קיין עלטער־פֿעטער, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט פֿיזישער אַרבעט, מיט עפּעס אַ מלאָכה. די ייִדישע אַרבעטער־מאַסן, אונדזערע שנײַדערס, שוסטערס און סטאָליערס, זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, און אויף זייער אָרט איז געקומען אַ ים מיט לערערס, אַדוואָקאַטן, דאָקטוירים, בוכהאַלטערס, און אַנדערע פּראָפֿעסיאָנאַלן. אײַ, ווי אונדזערע אַמאָליקע ראַדיקאַלן און רעוואָלוציאָנערן וואָלטן זיך מיט אונדז געשעמט!
הײַנט איז די ייִדישע אַרבעטער־באַוועגונג אַזוי ווײַט פֿאַרגאַנגען, אַז זי שפּילט ניט קיין ראָלע אַפֿילו אין אונדזער קאָלעקטיוון זכּרון. אויך די אַלגעמיינע אַמעריקאַנער אַרבעטער־באַוועגונג איז נאָר אַ שאָטן פֿון דעם, וואָס זי איז אַ מאָל געווען: נאָר 11% פֿון די אַרבעטערס געהערן צו אַ יוניאָן, אין פֿאַרגלײַך מיט כּמעט 35% אין די 1950ער יאָרן. ס’איז קלאָר, פֿאַר וואָס אַמעריקאַנער ייִדן האָבן פֿאַרגעסן, אַז זייערע אָבֿות זײַנען אַהער געקומען ניט ווי האַליוווּד־פּראָדוצענטן און וואָלסטריט־מאַגנאַטן, נאָר ווי עמך, שער און אײַזן.
דער לעצטער שפּור פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן ראַדיקאַליזם איז דער פֿאַרשפּרייטער פּאָליטישער ליבעראַליזם פֿון אַמעריקאַנער ייִדן. דער סאָציאָלאָג מילטאָן הימלפֿאַרב האָט אַ מאָל באַמערקט, אַז זיי “פֿאַרדינען ווי עפּיסקאָפּאַליער, און שטימען ווי פּוערטאָ־ריקאַנער”. דאָס הייסט, עקאָנאָמיש געהערן זיי ס’רובֿ צום מיטלקלאַס און צום אייבערשיכט, אָבער זייערע פּאָליטישע נטיות זײַנען די זעלבע ווי בײַ אָרעמע־לײַט. ייִדן, זעט אויס, שטימען ניט פֿאַר זייערע אייגענע אינטערעסן, נאָר פֿאַר זייערע פּרינציפּן פֿון סאָציאַלן יושר.
ווי לאַנג אַזאַ טענדענץ וועט זיך אָנהאַלטן איז ניט קלאָר, ווײַל עס פֿילט זיך שוין לאַנג צו ביסלעך אַ רוק אויף רעכטס בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן. נאָכן אויפֿקום פֿון די נעאָ־קאָנסערוואַטיוון אין די 1960ער יאָרן, פֿון דער בעל־תּשובֿה־באַוועגונג, נאָכן צעוואַקסן זיך פֿון חרדישן ייִדנטום, איז שוין פֿאַראַן אַ גרויסע מחנה רעכט־געשטימע ייִדן, אַן ערך 30%, וואָס האָבן, למשל, אין די לעצטע וואַלן געשטימט פֿאַרן רעפּובליקאַנער ראָמני. אויף די מאַפּעס, וווּ מע ווײַזט אָן מיט קאָלירן ווי אַזוי די פֿאַרשיידענע דיסטריקטן האָבן געשטימט, זעען זיך אָן די פֿרומע און די רוסישע ייִדן פֿון ניו־יאָרק ווי רויטע אינדזלען אין אַ ים פֿון דעמאָקראַטיש בלוי. און אין מדינת־ישׂראל (וואָס איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך) איז דער רעכטער לאַגער נאָך אַ סך שטאַרקער ווי דאָ.
מען קען ניט פֿאַרקוקן די איראָניע פֿונעם הײַנטיקן פּאָליטישן באַלאַנס: די רײַכערע, די רעפֿאָרמירטע ייִדן און זייערס גלײַכן, שטימען ליבעראַל, בשעת די אָרעמערע ייִדן, די חרדים און די רוסישע, שטימען פֿאַר די רעכטע. מען קען זאָגן, אַז יעדער שטימט, אפֿשר ניט טראַכטנדיק, פֿאַר די אינטערעסן פֿונעם צווייטן צד. אַז די חסידים, וואָס זייערע קהילות זײַנען אַזוי אָפּהענגיק אין מלוכישער שטיצע און אין כּל־מיני בענעפֿיטן פֿון דער מלוכה, זאָלן שטימען 90% פֿאַר די רעפּובליקאַנער, איז אַן אויסערגעוויינטלעכער באַווײַז פֿון דער פּאָליטישער השפּעה פֿון דער רעליגיע.
ווען קאַרל מאַרקס וואָלט נאָך געלעבט, וואָלט ער אפֿשר גענומען אונדזערע חסידים ווי אַ משל פֿונעם “פֿאַלשן באַוווּסטזײַן” — ווען די אונטערגעדריקטע נעמען אָן די אידעאָלאָגיע פֿון זייערע אונטערדריקערס. ווײַל ס׳איז ניט אמת וואָס איך האָב פֿריִער געשריבן, אַז קיין ייִדישער אַרבעטער־קלאַס איז שוין ניטאָ. בײַ די פֿרומע ייִדן איז ער, ברוך־השם, נאָך פֿאַראַן בשפֿע: חסידים וואָס פֿירן אויטאָבוסן און פּאַסאַזשיר־אויטאָס (car service בלע”ז), וואָס ליווערן פֿאַרשיידענע סחורות און שלעפּן שווערע פּעק, וואָס אַרבעטן אין דער בוי־אינדוסטריע — שוין ניט קוקנדיק אויף די אַלע סוחרימלעך און קרעמערלעך מיט זייערע פֿאַרשיידענע לופֿטגעשעפֿטן. אַפֿילו אַזעלכע וואָס פֿאַרדינען נישקשה לעבן גאַנץ באַשיידן, ווײַל זיי דאַרפֿן אָפֿט אויסהאַלטן אַ שטוב פֿון 8־10 קינדער אָדער מער.
ס׳איז אמת, אַז אין די פֿרומע קהילות לאָזט מען דעם אַרבעטער ניט אַזוי אויף הפֿקר ווי בײַ אַנדערע גרופּעס. די גרויסע גבֿירים האַלטן אויס די קהילה און אַ נעץ פֿון צדקה-אָרגאַניזאַציעס און גמ”חים שאַפֿט אַ מינימאַלן לעבן־סטאַנדאַרד, וואָס קיינער קען אונטער דעם ניט פֿאַלן. אָבער די דאָזיקע נעץ איז ניט בלויז אַ הילף, נאָר אויך אַ מין שפּינוועבס, אין וועלכן דער חסיד ווערט געכאַפּט און בלײַבט שטעקן, שטענדיק אָפּהענגיק אין דער קהילה. ווי זאָל ער זיך באַפֿרײַען, אַז אָן איר שטיצונג קען זײַן משפּחה ניט לעבן?
די עקאָנאָמישע אָפּהענגיקייט פֿון דער קהילה איז דער שטאַרקסטער מעכאַניזם אונטערצודריקן די פֿרומע אַרבעטערס. כּל־זמן זיי בלײַבן אַזוי פֿאַרשקלאַפֿט, קענען זיי זיך ניט פֿירן לויט זייערע אייגענע אינטערעסן. און אַזוי ווי די פֿרומע דערציִונג גרייט זיי ניט צו צו דער אַרבעט אין דער הײַנטיקער עקאָנאָמיע — אַוודאי ניט צו די פּראָפֿעסיעס, מיט וועלכע עס פֿאַרנעמען זיך די מאָדערנע ייִדן — איז פֿאַרן פֿרומען אַרבעטער־קלאַס ניטאָ קיין אויסוועג.
דער בעסטער מיטל זיך אויפֿצוהייבן פֿונעם דלות, אַזוי ווי די ייִדן האָבן אויך געוווּסט מיט הונדערט יאָר צוריק, איז די וועלטלעכע דערציִונג און דאָס לערנען אין אוניווערסיטעט. אמת, מע קען שטודירן יאָרן לאַנג און נאָך אַלץ ווערן אַן אָרעמער שרײַבער, אַן אַקטיאָר, אָדער אַן אַנדער מין בטלן. אָבער דורכשניטלעך פֿאַרדינט מען אַ סך מער מיט אַ דיפּלאָם — גאַנצע 85% מער. לויט די נײַע אויספֿאָרשונגען ווערט דער פּראָצענט אַלץ גרעסער — ער איז אַרויף פֿון 55% נאָך אין די 1970ער יאָרן — ווײַל מיר לעבן דאָך הײַנט אין אַן אַ טעכנאָלאָגישער און אינפֿאָרמאַציע־עקאָנאָמיע.
דעריבער דאַרף דער לאָזונג פֿון די פֿרומע אַרבעטער־מאַסן ניט זײַן ברויט און פֿרײַהייט און יוניאָנס און די אַלע זאַכן וואָס מע האָט אַ מאָל געשריגן און געזונגען אויף מאַניפֿעסטאַציעס; נאָר: גייט אין קאַלעדזש! לייענט ביכער! לערנט זיך גראַמאַטיק און שרײַבן! לערנט זיך מאַטעמאַטיק און קאָמפּיוטערײַ! צו ביסלעך ווערט די פֿרומע וועלט אַליין באַוווּסטזיניק וועגן דער פּראָבלעם און ס’איז בײַ זיי שוין אַ ביסל מער אָנגענומען צו שטודירן, כאָטש אין געוויסע כּשרע אינסטיטוציעס, ווי טוראָ־קאַלעדזש.
איך בין אַליין געווען אויף אַ גראַדויִר-צערעמאָניע בײַ טוראָ, וווּ אַ פֿרומער חבֿר האָט באַקומען זײַן דיפּלאָם. די פּראָפֿעסאָרן, מיט זייערע לאַנגע בערד, קאָליריקע כאַלאַטן, און אַלטפֿרענקישע פּראָפֿעסאָרישע היטלען, האָבן אויסגעזען ווי די מכשפֿים פֿון די הערי פּאָטער־פֿילמען. הײַנט האָט דער חבֿר אויך געמאַכט אַ מאַגיסטער און ער פֿאַרדינט שוין אויף אַלע ייִדישיסטן געזאָגט געוואָרן. ער קען דינען ווי אַ משל, וואָס יעדער פֿרומער ייִד (די פֿרויען אַרײַנגערעכנט) קען אויפֿטאָן אויב ער זאָל נאָר צולייגן קאָפּ און זיך ניט שרעקן פֿאַר פֿרעמדע ווײַנגערטנער. ווען אַלע זאָלן זײַן אַזוי ווי ער, וואָלט דער פֿרומער אַרבעטער־קלאַס זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ בורזשואַזיע פּונקט אַזוי ווי, להבֿדיל, די אַמאָליקע וועלטלעכע לייענערס פֿון “פֿאָרווערטס”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.