ווען פּרעזידענט אָבאַמע קומט קיין ירושלים דעם 20סטן מאַרץ האָט ער בדעה צו זאָגן, אַז ישׂראל דאַרף מער נעמען אין באַטראַכט די עפֿנטלעכע מיינונג פֿון דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג, האָט איין עצה־געבער פֿונעם פּרעזידענט איבערגעגעבן.
„ישׂראל, בשעתן שלום־פּראָצעס, וועט דאַרפֿן אָנערקענען די ברייטערע ראָלע וואָס די עפֿנטלעכע מיינונג שפּילט אין דעם‟ האָט בען ראָדס, דער וויצע־נאַציאָנאַלער זיכערקייט־עצה־געבער געזאָגט בײַ אַ באַריכט פֿאַר דער פּרעסע. פּרעזידענט אָבאַמאַ וועט אויך פֿאָרן צום מערבֿ־ברעג און ירדן אויף זײַן וויזיט אין מיטעלן־מיזרח. ראָדס האָט אַזוי געענטפֿערט, ווען מע האָט אים געפֿרעגט, ווי אַזוי די איצטיקע בהלה אין דער אַראַבישער וועלט וועט משפּיע זײַן אויף אָבאַמאַס שליחות.
אין דעם פּרעסע־באַריכט, האָט ראָדס באַשטעטיקט, אַז דער פּרעזידענט וועט זיך טרעפֿן מיט די פֿירער, פֿאָרן אין „יד־ושם‟, און זען צוויי אויסשטעלונגען בײַם „ישׂראל־מוזיי‟ — איינע וועגן די מגילות פֿונעם ים־המלח, די אַנדערע וועגן ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגישע חידושים. ראָדס האָט באַצייכנט די מגילות, ווי אַן „עדות פֿון דער אוראַלטער ייִדישער פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל‟.
ווען ער וועט זײַן אין ירושלים, וועט אָבאַמאַ, אין זײַן איינציקן אויפֿטריט דאָרטן, רעדן צו אַן עולם פֿון ישׂראלדיקע יוגנטלעכע, ווײַל אַזוי וויל ער. אין 2009, אין קאַיִר, האָט ער גערעדט פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן. ער וועט אויך באַזוכן דעם „קלויסטער פֿון געבורט‟ אין בית־לחם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.