אויב איר געדענקט נאָך, ווי כּשרער ווײַן איז אַ מאָל שטענדיק געווען ביליק און זיסלעך, ווייסט איר מסתּמא אַז ער איז שוין מער ניט אַזוי. הײַנט זײַנען דאָ אַ סך כּשרע ווײַנען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט פֿון איבער דער גאַנצער וועט.
אָבער האָט איר געוווּסט, אַז עס זײַנען הײַנט דאָ אַזלעכע ווײַנען, פֿון די בעסטע, וואָס קאָסטן איבער $100 אַ פֿלעשל?
„ס׳איז אויסערגעוויינטלעך ווי אַזוי די אינדוסטריע האָט זיך אַנטוויקלט‟, זאָגט מײַקל בערנסטין, וואָס פֿאַרמאָגט די פֿירמע „דאָס פֿעסל‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס פֿאַרקויפֿט די טײַערסטע ווײַנען — נאָר כּשרע. „דער אָפּקלײַב איז משוגע, אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע כּשרע ווײַנען‟.
דער אַמאָליקער סירעפּ האָט זיך גענומען פֿון עקאָנאָמישע סיבות. די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע האָבן געדאַרפֿט ווײַן, דער עיקר, פֿאַר רעליגיעזע צערעמאָניעס, אָבער האָבן ניט געהאַט צוטריט צו קיין גוטע ווײַנטרויבן. האָבן זיי געניצט די „קאַנקאָרד‟־ווײַנטרויבן, וואָס וואַקסן אין דעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס פֿון זיי קומען אַרויס ווײַנען מיט אַ שלעכטן בײַטעם. דעם דאָזיקן טעם רופֿט מען „פֿוקסיק‟ — ווי אַ פֿוקס — און מע האָט אים פֿאַרשטעלטט מיט צוקער.
אָבער לעצטנס זײַנען אויפֿגעקומען אַ צאָל ווײַנמאַכערס, וואָס פֿאַרקויפֿן קלאַסישע רויטע און ווײַסע כּשרע ווײַנען. איין פּיאָנער איז געווען דער ווײַנקעלער „הערצאָג‟ אין דרום־קאַליפֿאָרניע, און אַזאַ אינדוסטריע וואַקסט אויך אין ישׂראל.
מאַכן אַ כּשרן ווײַן איז ניט צו שווער — די אינגרעדיענטן זײַנען אַלע כּשר. די קונץ איז צו פֿאַרזיכערן, אַז דער ווײַן זאָל בלײַבן כּשר. דער עיקר־תּנאַי איז, אַז נאָר אָפּגעהיטענע ייִדן, שומרי־שבת, זאָלן באַהאַנדלען דעם טרויבנזאַפֿט און, נאָך דער יוירונג, דעם ווײַן גופֿא. אַזוי פֿירט זיך בײַ דער פֿירמע „קאָווענאַנט‟ (ברית) אין דעם נאַפּאַ־טאָל אין קאַליפֿאָרניע: דער אַסאָציִיִרטער ווײַנמאַכער, יהונתן הײַדו, איז אַ שבת־היטער.
„קאָווענאַנט‟ געהערט צו דזשעף און דזשאָדי מאָרגאַן און צו לעזלי ראָד, וואָס פֿאַרמאָגט „ראָד ווײַנגערטנער און ווײַנשענק‟, וואָס געפֿינט זיך אויך אין דעם נאַפּאַ־טאָל. די מאָרגאַנס און ראָד זײַנען ייִדן, אָבער זיי האָבן ניט אָנגעהויבן ספּעציעל פֿרום. די אַרבעט מיטן ווײַן האָט זיי דערנענטערט צו זייער ייִדישער ירושה — ווי זיי זאָגן: „אַ וווּנדערלעכער סורפּריז!‟
„קאָווענאַנט‟־ווײַנען זײַנען ניט מבֿושל, ד”ה מע האָט זיי ניט אָנגעוואַרעמט, כּדי ניט־ייִדן זאָלן זיי קענען אויך באַהאַנדלען און ניט טרייף מאַכן. אַ מאָל האָט דאָס געהייסן, אַז מע האָט דעם ווײַן ממש אָפּגעקאָכט, וואָס דאָס מאַכט אים קאַליע. הײַנט ניצט מען אַזאַ מין “בליץ־פּאַסטעריזירונג”, אָבער ס׳איז דאָ אַ מחלוקת, צי דאָס ווירקט אויף דער קוואַליטעט פֿונעם ווײַן. מאָרגן האַלט מיט די סקעפּקטיער און ער לאָזט דעם ווײַן ניט קאָכן.
די קריטיקערס לויבן כּסדר די „קאָווענאַנט‟־ווײַנען פֿאַר דער הויכער קוואַליטעט פֿון די ווײַנטרויבן, דער נאַטירלעכער יוירונג אָן פֿילטראַציע, און די דעמבענע פֿעסלעך פֿון פֿראַנקרײַך, אין וועלכע דער ווײַן עלטערט זיך. די פֿירמע פּראָדוצירט אַן ערך 3000 קאַסטנס אַ יאָר, וואָס פֿאַרקויפֿן זיך אין 20 שטאַטן און אין עטלעכע לענדער, אַרײַנגערעכנט קאַנאַדע, ישׂראל, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, און כינע. איינער אַ ווײַן מאָרגאַנס קאָסט $150 אַ פֿלעשל.
די פֿירמע „הערצאָג‟ פּראָדוצירט איין ווײַן פֿון דעם באַרימטן ווײַנגאָרטן „טאָ קאַלאָן‟ אין דעם נאַפּאַ־טאָל, וואָס קאָסט כּמעט $200 אַ פֿלעשל. און אַ כּשרער ווײַן פֿון באָרדאָ, פֿראַנקרײַך, קען קאָסטן אַפֿילו $500. דאָס איז אַ גרויסער שפּרונג פֿון די אַמאָליקע כּשרע ווײַנען, וואָס האָבן געקאָסט ווייניקער ווי $7 אַ פֿלעשל!
ייִדן גרייטן זיך שוין צו די סדרים און די פֿיר כּוסות, און הײַיאָר וועלן זיי וועלן זיי האָבן פֿון וואָס אויסצוקלײַבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.