ס׳רובֿ אַמעריקאַנער פֿון ביידע פּאַרטייען האַלטן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָלט נישט געדאַרפֿט שפּילן קיין פֿירנדיקע ראָלע אין די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, לויט אַן אַנקעטע פֿון „איי־בי־סי‟ און דער „וואַשינגטאָן פּאָסט‟ (Washington Post), וואָס איז מאָנטיק פּובליקירט געוואָרן. דאָס איז די העכסטע שטיצע פֿאַר דער ייִדישער מדינה במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 22 יאָר.
לויט דער אַנקעטע, סימפּאַטיזירן 55% אַמעריקאַנער מיט ישׂראל, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז 9%, וועלכע סימפּאַטיזירן מיט דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. די איבעריקע אויסגעפֿרעגטע האָבן נישט געהאַט קיין מיינונג. די אַנקעטע איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן צוויי טעג פֿאַר דעם ווי דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ וועט צום ערשטן מאָל קומען קיין ישׂראל, זינט ער איז געוואָרן דער פּרעזידענט אין יאָר 2009.
70% פֿון די באַטייליקטע — נישט געקוקט אויף זייער רעליגיעזער אָדער פּאָליטישער אַפֿיליאַציע — האָבן געזאָגט, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זאָלן דורכגעפֿירט ווערן אָן דער באַטייליקונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
34% פֿון די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע דריקט נישט גענוג שטאַרק אויף דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט; בלויז 8% האָט געזאָגט, אַז מע דריקט צו פֿיל אויף די פּאַלעסטינער.
אויף דער פֿראַגע, צי די אַדמיניסטראַציע האָט צו פֿיל אָדער צו ווייניק געדריקט אויף ישׂראל אין דעם געביט, האָבן 40% אַמעריקאַנער געזאָגט, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט געדריקט פּונקט גענוג אויף ישׂראל.
רעליגיע האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אין די רעזולטאַטן. די גרעסטע שטיצע פֿאַר ישׂראל האָט מען געזען בײַ די עוואַנגעלישע ווײַסע פּראָטעסטאַנטן (76%). אָבער בלויז 55% פֿון די נישט־עוואַנגעלישע פּראָטעסטאַנטן און קאַטאָליקן האָבן אויסגעדריקט שטיצע פֿאַר ישׂראל. די וועלכע אידענטיפֿיצירן זיך נישט מיט קיין רעליגיעזן שטראָם, האָבן אויסגעדריקט די ווייניקסטע סימפּאַטיע צו דער ייִדישער מדינה: 39%.
מער ווי 70% פֿון די רעפּובליקאַנער און קאָנסערוואַטיווע האָבן אויסגעדריקט זייער שטיצע פֿאַר ישׂראל, אין פֿאַרגלײַך מיט 50% בײַ די מעסיקע, אומאָפּהענגיקע און דעמאָקראַטן, און בלויז 39% בײַ די ליבעראַלן.
דער עלטער האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע. 66% פֿון די באַטייליקטע איבער 65 יאָר שטיצן די ייִדישע מדינה, אין פֿאַרגלײַך מיט 57% פֿון די באַטייליקטע צווישן 40־64 יאָר, און 48% פֿון די, וועלכע זענען ייִנגער פֿון 40 יאָר. ס׳רובֿ פֿון דער עלטסטער גרופּע האַלטן, אַז די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע דריקט צו פֿיל אויף ישׂראל, און נישט גענוג אויף דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.