דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט מאָנטיק פּרעזענטירט די 33סטע רעגירונג פֿאַר דער כּנסת, נאָך זעקס וואָכן פֿון קאָאַליציע־פֿאַרהאַנדלונגען. די קאָאַליציע, וואָס באַשטייט פֿון „ליכּוד ביתינו‟, „יש עתיד‟, „בית יהודי‟ און „התּנועה‟, פֿאַרנעמט 68 פֿון די 120 דעפּוטאַטן.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס די חרדישע כּנסת־דעפּוטאַטן וועלן נישט זײַן קיין טייל פֿון דער רעגירונג, זינט „ליכּוד‟ איז געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 1977.
די כּנסת האָט אויך באַשטעטיקט דעם „ליכּוד‟־דעפּוטאַט, יורי איידלשטיין, ווי דער ספּיקער, אויפֿן אָרט פֿון ראובֿן ריבֿלין.
הגם נתניהו האָט באַטאָנט, אַז די נײַע קאָאַליציע האָט איצט אַ געלעגנהייט דורכצופֿירן ממשותדיקע רעפֿאָרמען אין לאַנד, וועט די ערשטע פּריאָריטעט ווײַטער בלײַבן — צו באַשיצן ישׂראל פֿון דרויסנדיקע סכּנות. ער האָט באַמערקט, אַז איראַן דערנענטערט זיך אַלץ מער צו דער „רויטער ליניע‟ פֿון אַנטוויקלען נוקלעאַר געווער, און אַז אַ טייל פֿון „די געפֿערלעכסטע וואָפֿנס אין דער וועלט‟ קאָנען נאָך אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון טעראָריסטן, צוליב דער פֿאַרערגערונג פֿונעם מצבֿ אין סיריע.
איידער נתניהו האָט אַרײַנגעפֿירט די מיניסטאָרן פֿון זײַן נײַעם קאַבינעט, האָבן די דעפּוטאַטן פֿון דער חרדישער פּאַרטיי, „יהדות התּורה המאוחדת‟, אַרויסמאַרשירט פֿון זאַל, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס מע האָט זיי נישט אַרײַנגענומען אין דער קאָאַליציע.
בעת דער סעסיע האָט דער הויפּט פֿון „ישׂראל ביתינו‟ און געוועזענער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט, אַז זײַן פּאַרטיי וועט פּרוּוון צו באַנײַען די בוי־פּראָיעקטן אין די ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג.
די אָנפֿירערין פֿון דער „אַרבעט־פּאַרטיי‟, שלי יאַכימאָוויטש, האָט בעת איר רעדע באַגריסט די נײַע רעגירונג און געזאָגט די געזעץ־געבער: „מיר וועלן הײַנט אָנהייבן אַ נאַציאָנאַלע דעבאַטע מיט אײַך וועגן די צילן פֿון אונדזער לאַנד, און וואָס, אין תּוך, דאַרף זײַן די ציוניסטישע וויזיע.‟ זי האָט באַצייכנט די נײַע רעגירונג ווי אַ קאָאַליציע פֿון „רײַכע קאַפּיטאַליסטן‟.
יאַכימאָוויטש האָט באַטאָנט, אַז די „אַרבעט־פּאַרטיי‟ וועט נישט זײַן גרייט זיך אָנצושליסן אין דער קאָאַליציע, ביז נתניהו וועט נישט האַלטן בײַם אונטערשרײַבן אַ שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער.
בעת דער צערעמאָניע, האָט מען אויך אָפּגעמערקט מיט אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן דעם אָנדענק פֿון דער געוועזענער דעפּוטאַטין, מאַרינאַ סאָלאָדקין, וועלכע איז שבת פּלוצלינג געשטאָרבן פֿון אַ מוח־אַטאַק אין לעטלאַנד נאָך אַן אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָנפֿערענץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.