פּלאָצק, פּוילן. — אַ געוועזענע שיל אין פּלאָצק, אַ שטאָט אינעם צענטראַלן טייל פֿון פּוילן, איז געעפֿנט געוואָרן פֿון ס׳נײַ ווי אַ מוזיי פֿון ייִדישער קולטור און היסטאָרישער ירושה. די עפֿענונג-צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען דעם 15טן מאַרץ.
דער מוזיי איז געווידמעט דער לאַנגער געשיכטע אין מאַזאָוויע — די גרעסטע פּראָווינץ פֿונעם לאַנד. ייִדן האָבן געוווינט אין פּלאָצק און די אַרומיקע שטעטלעך אין דער זעלבער געגנט במשך פֿון 700 יאָר. צווישן די מוזיי-עקספּאָנאַטן זענען אינטעראַקטיווע מולטימעדיאַ-עקראַנען און אויסשטעלונגען וועגן ייִדישע רעליגיעזע טראַדיציעס, מינהגים, מאכלים און מוזיק. אַ באַזונדערע אויסשטעלונג דערציילט וועגן דעם חורבן.
לויט דער פּוילישער ראַדיאָ, איז דער געדאַנק צו עפֿענען דעם מוזיי געווען אַן איניציאַטיוו פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון דער פּלאָצקער שיל‟, וועלכע האָט געזאַמלט 400,000 דאָלאַר פֿאַרן פּראָיעקט. לויט דער וועבזײַט פֿונעם מוזיי, האָט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד אויסגעגעבן דאָס רעשט פֿונעם געלט — בסך־הכּל, 2.8 מיליאָן.
פֿאַר דער מלחמה, זענען בערך אַ דריטל פֿון די פּלאָצקער אײַנוווינער געווען ייִדן — בערך 9,000 נפֿשות. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן. אַ טייל פֿון די לעבן-געבליבענע ייִדן זענען אַוועקגעפֿאָרן נאָך דער מלחמה, און אַ טייל האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט נאָך 1968, ווען די פּוילישע קאָמוניסטישע רעגירונג האָט אָנגעהויבן כּלומרשט אַן אַנטי־ישׂראלדיקע און בעצם אַן אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע.
פֿעליקס טושינסקי, אַ 91־יאָריקער ייִדישער קינסטלער, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין פּלאָצק און איצט וווינט אין אויסטראַליע, האָט געגעבן דעם מוזיי בנדבֿה 40 פֿון זײַנע קונסט-ווערק. די בוי-אַרבעט איבער דער היסטאָרישער „קליינער שיל‟ אין פּלאָצק האָט זיך אָנגעהויבן אין 1822. די אַנדערע שטאָטישע „גרויסע שיל‟, וועלכע איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויך אָנהייב דעם 19טן יאָרהונדערט, איז צעשטערט געוואָרן אין 1950. דער בנין פֿון דער „קליינער שיל‟ איז אָבער אָפּגעהיט געוואָרן; די קאָמוניסטישע מאַכט האָט אים אַרײַנגעשריבן אין 1962 אין דער ליסטע פֿון אַרכיטעקטור-דענקמעלער.
ס׳רובֿ מאַטעריאַלן אויף דער וועבזײַט פֿונעם מוזיי זענען אויף פּויליש; אין דער נאָענטער צוקונפֿט פּלאַנירט מען זיי איבערצוזעצן אויך אויף ענגליש:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.