ראָמאַן ווישניאַק: אויף ס׳נײַ אַנטדעקט

Roman Vishniac Rediscoverd


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published March 19, 2013, issue of March 29, 2013.

אינעם ניו־יאָרקער „אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿאַר פֿאָטאָגראַפֿיע‟ האָט זיך געעפֿנט אַן אַרומנעמיקע אויסשטעלונג פֿון ראָמאַן ווישניאַקס בילדער — ווער עס האָט סײַ אַן אינטערעס צו דער קונסט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע, סײַ צום ייִדישן לעבן דאַרף זען די דאָזיקע אויסשטעלונג.

ווישניאַק איז אַוודאי באַקאַנט דעם ייִדישן עולם; זײַנע קלאַסישע בילדער פֿון די ייִדישע שטעטלדיקע טיפּן, די פּויערישע ייִדן פֿון די קאַרפּאַטן, און דעם ייִדישן גרויסשטאָטישן לעבן זענען אײַנגעקריצט אין אונדזערע געדאַנקען וועגן דער ייִדישער מיזרח־אייראָפּע. אָבער די אויסשטעלונג, וואָס הייסט „ראָמאַן ווישניאַק — אויף ס‘נײַ אַנטדעקט‟ הייבט אַרויס עטלעכע אַספּעקטן פֿון ווישניאַקס ווערק וואָס זענען טאַקע געווען כּמעט אין גאַנצן אומבאַקאַנט ביז איצט.

ראָמאַן ווישניאַק איז געבוירן געוואָרן אין 1897 אין אַ רײַכער רוסיש־ייִדישער משפּחה. ער איז געקומען קיין בערלין אין 1920. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז ער אַרומגעגאַנגען איבער די גאַסן מיט זײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט און עקספּערימענטירט מיט פֿאַרשיידענע קאָמפּאַזיציעס פֿון זײַנע סוביעקטן. פֿון 1935 ביז 1938 האָט ער געאַרבעט פֿאַרן „דזשוינט‟ און זײַנע באַקאַנטע בילדער פֿון מיזרח־אייראָפּע שטאַמען פֿון דער צײַט. אין 1941 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק און געעפֿנט אַ פּאָרטרעט־סטודיאָ, אָבער אין 1947 איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע כּדי צו דאָקומענטרין דאָס לעבן פֿון די ייִדן אין די שארית־הפּליטה־לאַגערן, ווי אויך די חורבֿות פֿון בערלין. די בילדער האָט מען אין ערגעץ פֿריִער נישט געזען. אין די 1950ער יאָרן איז ער אַוועק אין אַ גאַנץ אַנדער ריכטונג און איז געוואָרן אַ פּיאָניר פֿון מיקראָ־פֿאָטאָגראַפֿיע. אויך די סטאַדיע אין זײַן קינסטלערישער קאַריערע דעקט מען אין דער אַרומנעמיקער אויסשטעלונג.

אויב איך מעג עפּעס פּערזענלעכס דערציילן וועגן ווישניאַקן: זײַן ערשטע גרויסע אויסשטעלונג אין אַמעריקע האָט דער ייִוו״אָ אָרגאַניזירט אין די 1940ער יאָרן און 40 יאָר שפּעטער, אפֿשר צוליב נאָסטאַלגיע, האָט ער געוואָלט די אָריגינעלע בילדער צוריק אָפּנעמען פֿונעם ייִוו״אָ. מען איז געקומען צו אַ פּשרה, אַז דער פֿאָטאָגראַף וועט צוריקבאַקומען די אָריגינעלע פֿאָטאָגראַפֿיעס, אָבער דער ייִוו״אָ וועט באַקומען נײַע אָפּדרוקן פֿון די זעלבע נעגאַטיוון. איך האָב דעמאָלט געאַרבעט אינעם ייִוו״אָ־אַרכיוו און מע האָט מיך אויסגעקליבן, איך זאָל איין מאָל אַ וואָך צופֿאָרן צו זײַן רחבֿותדיקער דירה, וואָס האָט אַראָפּגעקוקט אויפֿן צענטראַל־פּאַרק, צו געפֿינען די נעגאַטיוון און האַלטן אַ חשבון פֿון ווען און וואָס.

ווישניאַק האָט געהאַט אַ קרענק, פֿון וועלכער איך לײַד אויך — די קרענק פֿון זאַמלען אַלץ און גאָרנישט אַרויסוואַרפֿן. די וווינונג האָט ער אָנגעפּאַקט מיט צענדליקער העפֿטן אַלטע מאַרקעס, מטבעות, דאָקומענטן און צום גליק, אַלע זײַנע הונדערטער טויזנטער (!) פֿאָטאָגראַפֿישע נעגאַטיוון. מיר זענען געזעסן בײַ זײַן טישל אין קיך און איבערגעקוקט די מאַטעריאַלן און האָבן זייער גוט פֿאַרבראַכט צוזאַמען. כאָטש ער האָט זיך באַרימט, אַז ער קען רעדן צען שפּראַכן, איז ייִדיש נישט געווען איינע פֿון זיי, און מיר האָבן גערעדט אויף ענגליש.

די קוראַטאָרין פֿון דער איצטיקער אויסשטעלונג, מײַאַ בענטאָן האָט נאָכגעמאַכט אין גאַנצן די ייִוו״אָ־אויסשטעלונג פֿון 1944! די אָריגינעלע פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס ווישניאַק האָט אַזוי שטאַרק געוואָלט צוריק, הענגען אויף די ווענט אין איין צימער, און אויף יעדער פֿאָטאָגראַפֿיע קען מען לייענען די אַלטע אונטערקעפּלעך אויף ייִדיש, אָנגעשריבן מיט דער האַנט. ווישניאַק האָט אויך פֿילמירט די ייִדן אין שטעטל און דעם פֿילם ווײַזט מען אין אַ באַזונדערן צימער.

אַז מע רופֿט אָן די אויסשטעלונג „אויף ס׳נײַ אַנטדעקט‟ איז עסנישט קיין סורפּריז. מיט אַזוי פֿיל נעגאַטיוון אין זײַן אַרכיוו האָבן זיכער געדאַרפֿט דאָרטן זיך געפֿינען אומבאַקאַנטע אוצרות, און מײַאַ בענטאָן האָט זיי געפֿונען. „ווען מע באַטראַכט ווישניאַקס איקאָנישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מיזרח־אייראָפּע, ווי אַ טייל פֿון דער ברייטערער טראַדיציע פֿון סאָציאַל־דאָקומענטאַרישער פֿאָטאָגראַפֿיע, און מע באַקענט דעם עולם מיט די נײַ אַנטדעקטע און ראַדיקאַל פֿאַרשיידנאַרטיקע מינים פֿאָטאָגראַפֿיעס, ווילן מיר, אַז מיט דער אויסשטעלונג זאָל מען אים אָנרופֿן אַ ׳מאָדערנעם מײַסטער׳‟.

דער אַדרעס פֿונעם International Center of Photography איז

1114 6טע עוועניו, ראָג 43סטע גאַס אין מאַנהעטן.