דער יאָרדאַניער מלך אַבדולאַ דער 2טער האָט געזאָגט, אַז זײַנע באַציִונגען מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו האָבן זיך פֿאַרבעסערט, און אַז דער פּרעמיער האָט אַפֿילו געהאָלפֿן אָנצוהאַלטן די סטאַבילקייט פֿון זײַן רעגירונג, לויט אַן אינטערוויו וואָס דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט דזשעפֿרי גאָלדבערג האָט די וואָך אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל „אַטלאַנטיק‟.
דער מלך האָט עטלעכע מאָל זיך שוין געטראָפֿן מיט נתניהו, און כאָטש ער האָט נישט פּרטימדיק באַשריבן די באַגעגענישן, האָט ער באַטאָנט, אַז „אונדזערע שמועסן האָבן זיך פֿאַרבעסערט‟. אַבדולאַ האָט צוגעגעבן, אַז שלום מיט ישׂראל דאַרף דויערן אויף להבא — „איך וויל נישט, ס‘זאָל פֿאָרקומען, אַז אַ נײַע רעגירונג אין יאָרדאַניע וועט זיך אָפּזאָגן פֿונעם שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל.‟
יאָרן לאַנג האָבן די צוויי פֿירער געהאַט אָנגעצויגענע באַציִונגען, אָבער במשך פֿון די לעצטע דרײַ חדשים האָבן זיי זיך געטראָפֿן אין אַמאַן, לפּחות צוויי מאָל אַרומצורעדן דעם קריזיס אין סיריע און דעם שלום־פּראָצעס מיט די פּאַלעסטינער. אין ישׂראל האָט מען נישט געוווּסט וועגן די טרעפֿונגען, און נאָר צוליב דער ידיעה אין דער אַראַבישער פּרעסע, איז עס אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט.
גאָלדבערג האָט געשריבן אין דעצעמבער, אַז ישׂראל האָט צוויי מאָל געבעטן יאָרדאַניעס רשות צו באָמבאַרדירן די כעמישע געווער־פֿאַבריקן אין סיריע. כאָטש יאָרדאַניע האָט נישט מסכּים געווען, מיט דער טענה אַז „די פּאַסיקע צײַט איז נאָך נישט געקומען‟, קאָאָרדינירן די צוויי פֿירער דעם ענין, ווי אויך אַנדערע בשותּפֿותדיקע ענינים. גאָלדבערג האָט געשריבן, למשל, אַז די ישׂראלדיקע „דראָן־ראַקעטן‟ האַלטן אַן אויג אויף דער סירישער יאָרדאַנישער גרענעץ, ווי טובֿה די יאָרדאַנער.
נישט געקוקט אויף אַבדולאַס פּאָזיטיווע באַמערקונגען לגבי נתניהו, האָט ער געזאָגט גאָלדבערגן, אַז ער זעט נישט קיין גוטן אויסוועג פֿונעם פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט. „עס קען זײַן, אַז ס‘איז שוין צו שפּעט פֿאַר אַ צוויי מלוכה־לייזונג. ישׂראל דאַרף אויסקלײַבן אַפּאַרטהײַד אָדער דעמאָקראַטיע, אויב מע שאַפֿט נישט באַלד אַ פּאַלעסטינער מלוכה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.