די פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג אויף די שטחים זענען גאַנץ סקעפּטיש מכּוח פּרעזידענט אָבאַמאַס באַזוך קיין ישׂראל די וואָך; און וועגן זײַן איבערגעגעבנקייט צו פֿאַרהאַנדלען שלום אינעם מיטעלן־מיזרח. פֿון זייער קוקווינקל קומט ער בלויז צו פֿאַרבעסערן זײַנע באַציִונגען מיטן פּרעמיער נתניהו. דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט שוין מודיע געווען, אַז קיין נײַע שלום־איניציאַטיוון וועט דער פּרעזידענט נישט פֿאָרלייגן, זעט מען נישט ווי דער שלום־פּראָצעס, וואָס איז שטעקן געבליבן, וועט זיך ווײַטער רירן פֿון אָרט.
לויט די פּאַלעסטינער טראָגט אָבאַמאַ אַ גרויסן טייל פֿונעם אַחריות פֿאַר דער „פֿאַרהאַקונג‟ אין די פֿאַרהאַנדלונגען. לכתּחילה, האָט ער זיך אַנטקעגן געשטעלט דעם אויפֿבוי פֿון נאָך דירות און הײַזער אויפֿן מערבֿ־ברעג, און נתניהו האָט מסכּים געווען דאָס אָפּצושטעלן אויף 10 חדשים. אָבער ווען די צען חדשים האָבן זיך געענדיקט, האָט דער פּרעמיער נישט מסכּים געווען אויף נאָך אַן אָפּשטעל. אָבאַמע האָט זינט דעמאָלט, נישט באַטאָנט דעם ענין אין זײַנע שמועסן מיט נתניהו.
אָבאַמאַ וועט געוויס זען די נײַע בויונג אויף די שטחים, ווען ער פֿאָרט דאָנערשטיק צו דער פּאַלעסטינער שטאָט ראַמאַלאַ. ער וועט זען וווּ טויזנטער ישׂראלים וווינען הײַנט. אין ראַמאַלאַ; ער וועט דער פּרעזידענט זיך טרעפֿן מיט די פּאַלעסטינער פֿירער און באַזוכן אַ יוגנט־צענטער. פֿרײַטיק וועט ער פֿאָרן קיין בית־לחם.
סאַב ערעקאַט, דער הויפּט־פֿאַרהאַנדלער פֿאַר די פּאַלעסטינער האָט געזאָגט, אַז אויב דער פּרעזידענט און זײַן מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי ווילן זען פּראָרגרעס אין די פֿאַרהאַנדלונגען, דאַרפֿן זיי זיך ערנסט באַמיִען און זיך פֿאַרפֿליכטן אָנצוהאַלטן פֿאַרהאַנדלונגען אויף אַ לענגערער צײַט. „מיר האָפֿן, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ און סעקרעטאַר קערי קענען וועלן מצליח זײַן אינעם אויפֿלעבן אַן ערנסטן שלום־פּראָצעס, און אַרויסבאַקומען פֿון נתניהו דעם זאַץ, אַז ער נעמט אָן צוויי מלוכות לויט די גרענעצן פֿון 1967. מיר דאַרפֿן נישט קיין נײַע פּלענער; מיר דאַרפֿן נײַע איבערגעגעבנקייט.
האַנרי מאַסרי, אַ פּאַלעסטינער קאָמענטאַטאָר אויף די שטחים האַלט, אַז עפּעס וועט זיך יאָ רירן נאָך אָבאַמאַס באַזוך — „מסתּמא וועלן מיר זען, ווי די פֿאַרהאַנדלונגען ווערן אַ ביסל אויפֿגעלעבט; אפֿשר וועט מען אויף אַ ווײַלע אָפּשטעלן דאָס בויען, אָבער אַזאַ דרך וועט נישט דערפֿירן צו קיין שלום‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.