אין די יאַפּאַנישע ביכערקראָמען האָט זיך באַוויזן אַ נײַ בוך וועגן ישׂראל, ייִדישקייט און ציוניזם פֿון פּראָפֿ׳ יעקבֿ ראַבקין, אַ היסטאָריקער פֿונעם פֿראַנצויזיש-שפּראַכיקן מאָנטרעאָלער אוניווערסיטעט, קאַנאַדע. דער מחבר איז געבוירן געוואָרן אין לענינגראַד, ראַטן-פֿאַרבאַנד, אינעם יאָר 1945, גלײַך נאָך דער מלחמה, און האָט פֿאַרענדיקט דעם לענינגראַדער אוניווערסיטעט און די אַספּיראַנטור בײַ דער מאָסקווער אַקאַמעדיע פֿון וויסנשאַפֿטן. זינט 1973 אַרבעט ער ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין מאָנטרעאָל.
ראַבקין האָט אָנגעשריבן אַ צאָל ביכער אויף אַזעלכע טעמעס ווי די אַנטוויקלונג פֿון וויסנשאַפֿט אינעם קאָנטעקסט פֿון דער קאַלטער מלחמה און אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד אין דער פּאָסט-קאָמוניסטישער תּקופֿה. צום מערסטן איז ער אָבער באַקאַנט מיט זײַן בוך וועגן דער קעגנערשאַפֿט פֿון די טראַדיציאָנעלע ייִדן — דער עיקר, אָרטאָדאָקסישע — צו דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. די אָריגינעלע פֿראַנצויזישע ווערסיע, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף פֿראַנצויזיש אין 2004 (אויף ענגליש: „A Threat from Within: A Century of Jewish Opposition to Zionism‟), האָט שטאַרק אויסגענומען און איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף אַ טוץ שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט שפּאַניש, רוסיש, אַראַביש און יאַפּאַניש; אַ העברעיִשע איבערזעצונג ווערט איצט געגרייט צום דרוק.
ווען ראַבקין האָט פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער באַקומען אַ מעגלעכקייט צו לערנען תּורה אין עכטע פֿרומע קהילות. צו זײַן חידוש, האָט ער אויסגעפֿונען, אַז כּמעט אַלע אָרטאָדאָקסישע און רעפֿאָרמער רבנים האָבן פֿון אָנהייב אָן נישט געהאַלטן פֿון ציוניזם, און אַ סך האַלטן נאָך אַלץ נישט, אַפֿילו אינעם סאַמע האַרץ פֿון ירושלים. אין יאַנואַר האָט ער רעפּרעזענטירט אין יאַפּאַן זײַן נײַ בוך, מיטן נאָמען „וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר דער הײַנטצײַטיקער ישׂראל‟. אינעם שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, דערקלערט דער מחבר, פֿאַרוואָס די יאַפּאַנער האָבן אים ספּעציעל געבעטן אָנצושרײַבן אַזאַ בוך.
יעקבֿ, וועגן וואָס גייט אַ רייד אין אײַער בוך?
מײַן בוך דערציילט יסודותדיקע פֿאַקטן וועגן דער ישׂראלדיקער געשיכטע, פּאָליטיק און מלוכישער אידעאָלאָגיע, און וועגן דעם שאַרפֿן חילוק צווישן דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע און ציוניזם, וועלכער איז אויפֿגעקומען ווי אַ בפֿירוש אומטראַדיציאָנעלע באַוועגונג.
פֿאַרוואָס גייט אַזאַ בוך אַרויס דווקא אויף יאַפּאַניש?
אינעם יאָר 2010 האָט די גרעסטע יאַפּאַנישע טאָג-צײַטונג „אַסאַהי שימבון‟ דערקלערט מײַן פֿריִערדיק בוך, וואָס איז דעמאָלט אַרויס אויף יאַפּאַניש, ווי איינס פֿון דרײַ בעסטע נישט-בעלעטריסטישע ביכער פֿונעם יאָר. די פֿאַרלעגער האָבן מיך געבעטן אָנצושרײַבן אַן אַנדער בוך, אָריענטירט אויפֿן ברייטן ייִנגערן עולם. אַליין, קען איך נישט יאַפּאַניש. איך האָב עס אָנגעשריבן אויף פֿראַנצויזיש און אָפּגעגעבן עס איבערצוזעצן.
וואָס מיינט איר, פֿאַרוואָס האָט אײַער בוך אַזוי אויסגענומען אין יאַפּאַן?
צוליב דעם, וואָס די יאַפּאַנער זענען ווײַט פֿון די מיטל-מיזרחדיקע פּראָבלעמען. זיי באַציִען זיך אינגאַנצן נייטראַל צו ישׂראל און די פּאַלעסטינער, צו ציוניזם אָדער אַנטי־ציוניזם. אַ סך מענטשן אין יאַפּאַן האָבן מיר דערמאָנט די סאָוועטישע אינטעליגענץ. זיי זענען אויסערגעוויינטלעך וויסנגיריקע מענטשן. אין די מערבֿדיקע לענדער רופֿט אַזאַ טעמע אַרויס אַ כוואַליע פֿון היפּוכדיקע עמאָציעס. די יאַפּאַנישע לייענער האָבן מיך פּשוט באַדאַנקט פֿאַרן דערקלערן זיי, אַז די ייִדישע רעליגיע און די ציוניסטישע אידעאָלאָגיע זענען צוויי באַזונדערע ענינים, ווײַל פֿריִער האָבן זיי געמיינט, לויט די אויבערפֿלאַכיקע ידיעות פֿון דער מערבֿדיקער מעדיאַ, אַז ס׳איז פּונקט די זעלבע זאַך.
האָט איר זיך באַקענט מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה?
יאָ. שבת האָב איך פֿאַרבראַכט אין טאָקיאָ, בײַם אָרטיקן בית-חב״ד. הרבֿ בנימין עדערי און זײַן רביצין אפֿרת זענען זייער אַ וואַרעמע, גוטע, מסירת-נפֿשדיקע און גײַסטפֿרײַדלעכע משפּחה. מײַן פֿאָרשונג האָט בײַ זיי אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקן אינטערעס, און איך האָב זיי געשענקט מײַן פֿריִערדיק בוך אויף ענגליש.
איך האָב דורכגעפֿירט אַ לעקציע אין טאָקיאָ וועגן דעם, ווי אַזוי דער געדאַנק צונויפֿצוקלײַבן די ייִדן אין פּאַלעסטינע דורך פֿיזישע מיטלען, נישט וואַרטנדיק אויף ביאת-המשיח, האָט זיך, צוערשט, פֿאַרשפּרייט צווישן געוויסע פּראָטעסטאַנטישע קריסטן — מיט הונדערטער יאָר פֿאַר דעם, ווי הערצל און אַנדערע וועלטלעכע ייִדישע טוער האָבן אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן די דאָזיקע אידעע צווישן ייִדן. אינעם זאַל איז געווען אַ ישׂראלדיקע פֿרוי, וועלכע איז צוגעקומען נאָך דער לעקציע צו מיר און לאַנג געדאַנקט. זי האָט געוווּסט וועגן דעם בריטישן קריסטלעכן פּראָטאָ-ציוניזם און מסכּים געווען מיט מיר, אָבער האָט פֿריִער נישט געהערט אַזאַ פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון דעם ענין.
קענט איר דערציילן עפּעס אינטערעסאַנטס וועגן אײַער נסיעה קיין יאַפּאַן?
איך האָב באַזוכט די געגנט, וועלכע האָט געליטן פֿונעם צונאַמי, און זיך געטראָפֿן מיט מענטשן, וועלכע האָבן געמוזט עוואַקויִרט ווערן פֿון זייער היים. ס׳איז געווען זייער אַ רירעוודיקע באַגעגעניש; מע זעט, אַז זייערע פּסיכאָלאָגישע וווּנד ליגט נאָך אַלץ טיף אינעם האַרצן. כ׳האָב באַזוכט פֿוקושימע, וווּ די ערד-ציטערניש האָט גורם געווען דעם סכּנותדיקן נוקלעאַרן אינצידענט.
אַן אָרטיקער פּראָפֿעסאָר פֿון טעאָלאָגיע האָט מיר געוויזן די שטאָט סענדײַ. מיר זענען געקומען צו גאַסט צום מנהיג פֿון אַ נײַעם בודיסטישן טעמפּל, וואָס איז אויסגעבויט געוואָרן בלויז מיט 20 יאָר צוריק, דורך דער באַוועגונג „סאָטאָ-זען‟. דער טעמפּל-פֿירער, נישיִיאַמאַ־סאַן, רעדט פֿליסיק אויף ענגליש און פֿלעגט פֿירן לעקציעס וועגן בודיזם אין אַן אוניווערסיטעט. איצט פֿאַרנעמט ער זיך אינגאַנצן מיט גײַסטיקער עבֿודה. מיר האָבן געשמועסט וועגן דער חסידישער קאָנצעפּציע פֿון „ביטול‟. דער גײַסטיקער פֿירער האָט געזאָגט, אַז ער באַציט זיך מיט גרויס דרך-ארץ צו דער חכמה פֿון די ייִדישע רבנים.
אין אײַערע ביכער ווײַזט איר אַ קאָמפּליצירט בילד פֿון ציוניזם און ישׂראל. ווי אַזוי, מיינט איר, וואָלט מען געקאָנט לייזן די פּראָבלעם אויפֿן מיטל-מיזרח?
אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון מײַן בוך דערמאָן איך זיך מײַן היימשטאָט, לענינגראַד (פּעטערבורג). דער ייִדישער און העברעיִשער פּאָעט בנימין הרשבֿ (הרושאָווסקי), וועלכער האָט זיך געראַטעוועט בעתן חורבן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד און וווינט איצט אין ישׂראל, האָט פֿאַרגליכן פּעטערבורג, וועלכע איז „אויפֿגעבויט געוואָרן אויף די ביינער פֿון די פּויערים‟, מיטן „וועג צו ירושלים, וועלכן בן-גוריון האָט ברוקירט מיט די ביינער פֿון די יונגע-לײַט, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן‟.
פּעטערבורג און ישׂראל האָבן זיך ביידע אָנגעהויבן ווי אומנאַטירלעכע און אַנטי-טראַדיציאָנעלע קאָלאָניאַלע „געשפּענסט-פּראָיעקטן‟, וועלכע האָבן אָפּגעקאָסט אַ סך מי און קרבנות. און פֿאָרט, שטייט מײַן היימשטאָט נאָך אַלץ אויפֿן אָרט, און ישׂראל איז געוואָרן איינס פֿון די אַנטוויקלטסטע לענדער אין דער וועלט. מײַן בוך איז נישט אַ פּאָלעמיק, און איך בין נישט אַ פּאָליטיקער. ווען איך וואָלט געוווּסט, ווי אַזוי צו לייזן דעם קאָנפֿליקט, וואָלט איך שוין לאַנג באַקומען דעם נאָבעל-פּרײַז פֿון שלום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.