דעם 20סטן מאַרץ איז באַראַק אָבאַמאַ, דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צום ערשטן מאָל אָנגעקומען קיין ישׂראל מיט אַן אָפֿיציעלן וויזיט. בײַם תּל-אָבֿיבֿער בן-גוריון־עראָפּאָרט, האָט אָבאַמאַ אָנגעהויבן זײַן רעדע מיטן וואָרט „שלום‟ און באַגריסט דעם פּרעזידענט שמעון פּערעס, דעם פּרעמיער-מיניסטער בנימין נתניהו און די ישׂראלים, און געזאָגט אויף העברעיִש „טובֿ להיות שובֿ באָרץ‟ („ס׳איז גוט ווידער צו זײַן אינעם לאַנד‟), מיינענדיק, אַז ער איז שוין צוויי מאָל געווען אין ישׂראל אויף נישט-אָפֿיציעלע באַזוכן.
אין זײַן עראָפּאָרט-רעדע, האָט אָבאַמאַ דערקלערט, אַז ס׳איז פֿאַר אים אַ גרויסער כּבֿוד אָנצוקומען, ווען מדינת-ישׂראל גרייט זיך צו פּראַווען דעם 65סטן יוביליי פֿון איר אומאָפּהענגיקייט, און אָנגערופֿן ישׂראל „אַ ווידערגעבורט און אַ גאולה, וואָס קאָן נישט פֿאַרגליכן ווערן מיט גאָרנישט אַנדערש אין דער געשיכטע‟. ווײַטער האָט ער געמאָלדן, אַז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע וועט אייביק שטיצן די ישׂראלדיקע זיכערהייט. אָבאַמאַ האָט צוגעגעבן, אַז זײַן רעגירונג שטיצט ישׂראל, ווײַל ביידע מלוכות זענען געשאַפֿן געוואָרן דורך „פּאַטריאָטן, וועלכע האָבן געוואָלט זײַן אַ פֿרײַ פֿאָלק אין זייער אייגן לאַנד‟ און „פּיאָנירן און אימיגראַנטן, וועלכע האָבן פֿאָרמירט אַ נאַציע‟.
אין זײַן שמועס מיט נתניהו, וועלכער האָט וואַרעם באַגריסט דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, האָט אָמאַבאַ געזאָגט, אַז „ער שטייט צוזאַמען מיט ישׂראל, כּדי עס זאָל זײַן שלום אינעם הייליקן לאַנד‟. אַ טייל אַנאַליטיקער אויף פֿאַרשיידענע זײַטן פֿונעם פּאָליטישן ספּעקטער האָבן זיך אָבער קאַלט באַצויגן צו אָמאַבאַס פּאַטריאָטישער קריסטלעך-רעליגיעזער רעטאָריק. דער רעפּובליקאַנער דיפּלאָמאַט דזשאָן באָלטאָן, אַ געוועזענער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר בײַ דער „יו-ען‟, האָט געטענהט, אַז דעם פּרעזידענטס רעדע קלינגט ווי אַ „פּאָליטישער מאַנעווער‟, אַ פּרוּוו צו קריגן מער פּאָפּולאַריטעט צווישן די ישׂראלים. אַ סך פּאַלעסטינער און זייערע שטיצער זענען געבליבן אויך שטאַרק אומצופֿרידן מיט אָבאַמאַס ווערטער.
דען וויליאַמס, אַ זשורנאַליסט פֿון „רויטערס‟, האָט באַמערקט, אַז אָבאַמאַס אָפּזאָג אויפֿצוטרעטן אין דער כּנסת און אומבאַוויליקייט צו טרעפֿן זיך מיט די פּאַלעסטינער, אַחוץ מאַכמוד אַבאַס, האָט צו טאָן מיט דער אומצופֿרידנקייט פֿון ביידע זײַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.