דער פֿירנדיקער סירישער רעזשים פֿונעם פּרעזידענט באַשאַר אַל-אַסאַד און די אָפּאָזיציע-אויפֿשטענדלער האָבן באַשולדיקט איינער דעם צווייטן אינעם באַנוצן דאָס כעמישע וואָפֿן — צום ערשטן מאָל אינעם אָנגייענדיקן צוויי-יאָריקן קאָנפֿליקט. ביידע זײַטן האָבן איבערגעגעבן, אַז דעם 19טן מאַרץ, אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿונעם לאַנד, זענען צום ווייניקסטן 25 מענטשן אומגעקומען פֿון עפּעס אַ סם.
די סירישע רעגירונג האָט געבעטן די פֿאַראייניקטע שטאַטן זיך אַרײַנמישן, ווײַל די אויפֿשטענדלער האָבן אויסגענוצט דאָס פֿאַרבאָטענע געווער פֿון מאַסן-פֿאַרניכטונג. מיטוואָך, דעם 20טן מאַרץ, האָט ראָבערט פֿאָרד, דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין סיריע, אויסגעדריקט זײַנע ספֿקות וועגן דער מעשׂה און געזאָגט דעם „ווײַסן הויז‟, ס׳איז נישטאָ קיין ראיות, אַז בעת דעם דערמאָנטן אינצידענט איז טאַקע אויסגענוצט געוואָרן דאָס כעמישע וואָפֿן, און באַמערקט, אַז ביידע צדדים נוצן אויס די צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂה, כּדי אַרײַנצוציִען די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין זייער קאָנפֿליקט.
די בריטישע מיליטערישע עקספּערטן און די אינטערנאַציאָנאַלע „אָרגאַניזאַציע פֿאַרן פֿאַרווערן דאָס כעמישע געווער‟ האָבן אויך געמאָלדן, אַז אין דער דערמאָנטער מעשׂה איז נישטאָ קיין ממשותדיקע ראַיות. דזשיי קאַרני, דער וואָרטזאָגער פֿונעם „ווײַסן הויז‟ האָט איבערגעגעבן, אַז הגם די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע גלייבט נישט, אַז אין סיריע האָט מען אויסגענוצט אַ כעמיש געווער, וועט זי פֿאָרזיכטיק באַטראַכטן די אינפֿאָרמאַציע.
להיפּוך, האָט יובֿל שטײַניץ, דער ישׂראלדיקער מיניסטער פֿון אויסשפּיר און סטראַטעגיע, געמאָלדן, אַז „עס זעט קלאָר אויס‟, אַז די ידיעה איז טאַקע ריכטיק, און אַז דער חשד פֿון אַ כעמישן אַטאַק אין סיריע וועט ווערן אַ וויכטיקע טעמע אין די שמועסן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל גלײַך ווען די סירישע כעמישע קאָנטראָווערסיע האָט זיך אָנגעהויבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.