אייראָפּע: קינדער־דאָקטוירים קעגן מילה

European Pediatricians Against Circumcision

דער מוהל מנחם פֿלײַשמאַן (אין מיטן) בײַם ברית פֿונעם עופֿעלע מענדל טײַכטאַל אין דער חבֿ״ד־שיל אין בערלין, דעם 3טן מאַרץ 2013
Getty Images
דער מוהל מנחם פֿלײַשמאַן (אין מיטן) בײַם ברית פֿונעם עופֿעלע מענדל טײַכטאַל אין דער חבֿ״ד־שיל אין בערלין, דעם 3טן מאַרץ 2013

פֿון ייִט״אַ

Published March 20, 2013, issue of March 29, 2013.

38 דאָקטוירים פֿון אייראָפּע האָבן פּובליקירט אַ לענגערע באַמערקונג אין אַ חשובֿן זשורנאַל פֿאַר קינדער־דאָקטוירים, אין וועלכער זיי האַלטן, אַז צוליב „קולטורעלן פֿאָראורטל‟ שטיצן מילה די אַמעריקאַנער קינדער־דאָקטוירים. די באַמערקונג האָט מען אָפּגעדרוקט מאָנטיק אויף דער וועבזײַט פֿונעם אַמעריקאַנער זשורנאַל „Pediatrics‟ ווי אַ רעאַקציע אויף אַ באַריכט פֿון דער „אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון פּעדיאַטריע‟ לעצטן אויגוסט, וווּ מע שרײַבט, אַז „די מעלות פֿון מילה בײַ נײַ געבוירענע ייִנגלעך שטײַגן איבער די מעגלעכע סכּנות; אָבער די בענעפֿיטן זענען נישט גענוג גרויס, מע זאָל קענען רעקאָמענדירן מילה נאָכן געבוירן ווערן פֿאַר אַלע ייִנגעלעך‟.

                  אינעם ענטפֿער פֿון די אייראָפּעיִשע דאָקטוירים, וואָס הייסט „דער קולטורעלער פֿאָראורטל אינעם 2012 באַריכט פֿון דער ׳אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון פּעדיאַטריע;׳‟, שרײַבט מען, אַז „געזען עס פֿון דרויסן, איז בולט דער קולטורעלער פֿאָראורטל צו האַלטן פֿאַר נאָרמאַל די מילה אין אַמעריקע. די אויספֿירן פֿונעם באַריכט זענען אַנדערש ווי די אויספֿירן פֿון די דאָקטוירים אין אַנדערע טיילן פֿון דער מערבֿ־וועלט‟.

                

צווישן די מעלות וואָס די „אַקאַדעמיע‟ האָט אויסגערעכנט, זענען די באַשיצונג פֿון פֿאַרשיידענע קרענק ווי HIV און הערפּעס. די אייראָפּעער האַלטן, להיפּוך, אַז די אויסגערעכנטע מעלות האָבן נישט קיין שום גרונט און „זענען נישט גענוג שטאַרקע סיבות דורכצופֿירן כירורגיע אויף ייִנגלעך וואָס זענען נאָך נישט גענוג גרויס צו מאַכן אַליין אַ באַשלוס‟.

אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די נישט־ייִדישע מאַנסבילן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערן געמלט. אָבער אין אייראָפּע ווערן, דער עיקר, געמלט די ייִדן און די מוסולמענער. נאָר איין „מעלה‟, שרײַבן די אייראָפּעער, האָט עפּעס אַ באַרעכטיקונג — אַז די מילה העלפֿט באַשיצן עופֿעלעך פֿון אורין־אינפֿעקציעס — „אָבער דאָס קען מען הײַנט באַהאַנדלען מיט אַנטיביאָטיק, אָן דער מילה‟, שרײַבן זיי.

אַ העלפֿט פֿון די אייראָפּעיִשע דאָקטוירים, וועלכע האָבן זיך אונטערגעשריבן שטאַמען פֿון די סקאַנדינאַווישע לענדער, וווּ פּאָליטישע פּאַרטייען האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט דער מילה, און זי אָנגערופֿן קינדער־באַלעסטיקונג.