פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט דאָנערשטיק געזאָגט, אַז ער איז קעגן ישׂראלס אויפֿבויען נײַע בנינים אויף די שטחים, אָבער האָט שפּעטער געבעטן בײַם פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס, ער זאָל נישט פֿאָדערן אַן אָפּשטעל אין דער בויונג, ווי אַ תּנאַי ווײַטער צו רעדן וועגן שלום מיט די ישׂראלים. נאָך דעם ווי די ישׂראלים האָבן אים וואַרעם אויפֿגענומען, האָט ער באַזכט ראַמאַלאַ, אויפֿן מערבֿ־ברעג, וווּ די פּאַלעסטינער האָבן אים קילבלעך באַגריסט, און נישט אַרויסגעוויזן קיין שום האָפֿענונג אויפֿצולעבן דעם שלום־פּראָצעס. אָבאַמאַ האָט געזאָגט דעם פּרעזידענט אַבאַס, אַז בלויז מיט דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען, אָן תּנאָים, קען מען אָנגיין ווײַטער.
בײַ דער בשותּפֿותדיקער פּרעסע־קאָנפֿערענץ מיט פּרעמיער נתניהו האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ געזאָגט, אַז ער האָט קלאָר אויסגעדריקט זײַן מיינונג — די נײַע קאָנסטרוקציע שטערט דעם וועג צו שלום. אָבער ער האָט פֿאָרט נישט,גערופֿן מע זאָל אין גאַנצן אָפּשטעלן דאָס בויען, ווי ער האָט געפֿאָדערט בעת זײַן ערשטער קאַדענץ. אָבאַמאַ האָט אויך נישט פֿאָרגעלייגט קיין נײַע פּלענער צו ברענגען די צוויי צדדים צום שלום־טיש. „איך וועל באַטראַכטן מײַן באַזוך ווי אַ געראָטענעם, אויב, בשעתן פֿאָרן צוריק פֿרײַטיק, וועל איך קענען זיך אַליין זאָגן, אַז ׳איך פֿאַרשטיי בעסער די צוואַנגען פֿון די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען׳‟.
150 פּאַלעסטינער האָבן דעמאָנסטרירט אין ראַמאַלאַ, ווי אַ פּראָטעסט קעגן אָבאַמאַס וויזיט. אַבאַס האָט איבערגעחזרט זײַן תּנאַי אָפּצושטעלן די בויונגען אויף די שטחים, אָבער ער האָט אויך צוגעגעבן, אַז מע קען דערגרייכן אַ ברייטערן שלום צווישן ישׂראל און אַנדערע אַראַבישע לענדער, ווען מע וואָלט געשאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מלוכה.
פּאַלעסטינער אין עזה האָבן אַרויסגעשאָסן צוויי ראַקעטן אויך דער שטאָט שׂדרות אין דרום־ישׂראל. קיינער איז נישט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, און קיינער האָט נישט גענומען אויף זיך דאָס אַחריות פֿאַר דעם אַטאַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.