וואָס צעטיילט מענטשן?

What is dividing people?


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 21, 2013, issue of March 29, 2013.

איך געפֿין זיך איצט אין ענגלאַנד. די נסיעה קיין ענגלאַנד איז געווען פֿאַרפּלאַנירט שוין פֿון לאַנג, אַזוי אַז מײַן ווײַב האָט פֿון פֿריִער געקויפֿט פֿאַר אונדז בילעטן אין אַ טעאַטער, וואָס איז סײַ נײַ און סײַ אַלט. נײַ איז ער ווײַל גאָר ניט לאַנג צוריק האָט מען אים געגעבן דעם נאָמען “האַראָלד פּינטער טעטער”, און אַלט, ווײַל דער בנין איז נאָך פֿון 19טן יאָרהונדערט. ער האָט תּחילת פּשוט געטראָגן דעם נאָמען פֿון “קאָמעדיע-טעאַטער”. די פּיעסע, “אַלטע צײַטן”, האָט פּינטער אָנגעשריבן אַזוי, אַז יעדער קען פֿאַרשטיין עס אויף אַן אייגענעם אופֿן. ס’איז ווי אונדזער לעבן: מענטשן נעמען אויף די רעאַלקייט אַזוי, ווי זייער דערפֿאַרונג און אמונה דערלויבט עס זיי צו באַטראַכטן און אָפּשאַצן.

טעאַטער מיינט דיאַלאָגן. אָבער איין דיאַלאָג האָב איך “אונטערגעהערט” נאָך בעתן לאָנטש, איידער מיר האָבן אָנגעהויבן קוקן פּינטערס פּיעסע. אַרום אַ טישל לעבן אונדז האָבן זיך אַוועקגעזעצט דרײַ ענגלענדער און גערעדט האָבן זיי וועגן דעם נײַעם פּויפּסט. איינער פֿון זיי האָט געזאָגט: “אונדזער פּרעמיער-מיניסטער האָט אים פֿײַנט”. האָב איך אַ טראַכט געטאָן: זיי, ווי אויך מיליאָנען אַנדערע מענטשן, גייט עס אָן. און מיר איז עס לחלוטין אַלץ איינס, ווער איז דער פּויפּסט און ווי אַזוי די ענגלישע רעגירונג קוקט אויף אים.

אין דער אמתן, שאַפֿט זיך טאַקע אַן אײַנדרוק, אַז דייוויד קעמעראָן איז ניט דער איינציקער מענטשן אין ענגלאַנד, וואָס איז ניט שטאַרק צופֿרידן מיטן נײַעם פּויפּסט. די ענגלישע פּרעסע פֿוילט זיך ניט צו שרײַבן וועגן די וואַרעמע באַציִונגען, וואָס דער איצטיקער קאַטוילישער פֿירער, און דעמאָלט אַ קאַרדינאַל, האָט געהאַלטן מיט דער אַרגענטינער מיליטערישער רעגירונג, וועלכע האָט אויסגעהרגעט טויזנטער אָפּאָזיציאָנערן. און מע פֿאַרגעסט ניט אויך וועגן דעם, אַז דער פּויפּסט פֿרענסיס איז אַ הייסער אָנהענגער פֿון איבערצוגעבן אין די הענט פֿון אַרגענטינע די פֿאָלקלענדער אינדזלען. מע הערט אויך ספֿקות, צי ס’איז אַזוי גוט, וואָס ער מאַכט אַ גאַנצן וועזן פֿון זײַן באַשיידנקייט. צוריק גערעדט, סטאַלין איז דאָך אויך געווען געוואַלדיק באַשיידן אין זײַן פּריוואַטן לעבן.

גרויס-בריטאַניע איז, אין תּוך אַרײַן, ניט קיין קאַטויליש לאַנד. נאָר יעדער צוועלפֿטער בריטישער תּושבֿ איז אַ קאַטוילישער. אַ סבֿרא, אַז דאָס שפּילט אויך עפּעס אַ ראָלע אין דער אָפּשאַצונג פֿון דעם נײַעם ראָש-וואַטיקאַן. גלײַכצײַטיק, איז גרויס-בריטאַניע אַ לאַנד, וווּ רעליגיע איז בכלל אָפּגעשוואַכט. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט אַן אויספֿרעג געפֿונען, אַז אַריבער 80 פּראָצענט בריטישע תּושבֿים האַלטן רעליגיע פֿאַר אַ זאַך, וואָס שאַפֿט פּראָבלעמען אין באַציִונגען צווישן מענטשן.

איך האַלט אויך, און האָב שוין אַ מאָל געשריבן וועגן דעם, אַז רעליגיע פּאָרט זיך זייער שווער מיט דער גלאָבאַליזאַציע פֿון מענטשלעכן לעבן. אָבער איך בין אויך אַ רעאַליסט און פֿאַרשטיי, אַז מענטשן זוכן תּמיד אויס, און וועלן ניט אויפֿהערן אויסצוזוכן, אַן אופֿן ווי אַזוי זיך צעטיילן אויף גרופּעס און די גרופּקעלעך. די וועלטלעכע סבֿיבֿה קען זײַן אויך צעריסן פּאָליטיש, אָדער — אויב ס’איז ניט גענוג פּאָליטיק — געפֿינט מען אַנדערע וועגן אויסצובויען ווענט צווישן זיך. נעמט, אַ שטייגער, דעם וועגאַן-עולם. כּשר, בפֿרט ניט קיין חרדישער מין כּשר, איז אַ געלעכטער אין פֿאַרגלײַך מיט די באַגרענעצונגען פֿון זייער שטייגער פֿון לעבן.

אַן אַנדער זאַך, אַז איך האָב קיין מאָל ניט געהערט וועגן אַגרעסיווע וועגאַן-לײַט. פֿאַרקערט, זיי זײַנען, בדרך-כּלל, פֿרײַנדלעכע מענטשן. אפֿשר האָבן זיי ניט קיין ענערגיע אויף אַגרעסיע? ס’איז וויכטיק אויך, אַז זייער “אמונה” איז, אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, ניט באַזירט אויף קיין געשיכטע. זיי האָבן ניט קיין נאַציאָנאַל-וועגאַנישע, אָן-מילכיקע-און-פֿליישיקע טעריטאָריע, וועלכע מע דאַרף פֿאַרטיידיקן אָדער באַפֿרײַען. זייער “אמונה” האָט ניט קיין פֿאַרגאַנגענע צײַט, וואָס עס האָט אין אַ פֿולער מאָס יעדע “ריכטיקע”, רעליגיעזע אמונה.

מיר וועלן אין קורצן פּראַווען אַ יום-טובֿ, וואָס איז באַזירט אויף געשיכטע צי כּמו-געשיכטע, ווען אונדזערע אָבֿות זײַנען הצלחהדיק אַוועק פֿון מצרים, ווײַל משה רבנו, נאָך ניט וויסנדיק וועגן דעם “אַראַבישן פֿרילינג”, האָט פֿאָרויסגעזען, אַז קיין טאָלק וועט דאָרטן קיין מאָל ניט זײַן. אמת, מע זאָגט אַז, דאַכט זיך, גאָלדע מאיר האָט געהאַט טענות צו משה רבנו — למאַי האָט ער געבראַכט די ייִדן אין אַן אָרט אָן נאַפֿט? אָבער ניט אין דעם גייט עס. דער עיקר, אַז ער האָט די פּלטים נאָך אַ לאַנג־יאָריקן אַרומשלעפּן זיך אין מידבר (אָן “דזשי-פּי-עס”!) ערגעץ סוף-כּל-סוף געבראַכט און די געשיכטע פֿון דעם גאַנצן נע-ונד איז געוואָרן אַ וויכטיקער “היסטאָרישער” עלעמענט פֿון ייִדישקייט. און עס זײַנען דאָ, פֿאַרשטייט זיך, אויך אַנדערע היסטאָרישע צי כּמו-היסטאָרישע סוזשעטן, וואָס ליגן אין דעם יסוד פֿון ייִדישקייט.

ניט לאַנג צוריק האָט מיר אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר געזאָגט: “ס’איז זייער גוט, וואָס די אַמעריקאַנער זײַנען בדרך-כּלל ווייניק באַהאַוונט אין געשיכטע. דאָס מאַכט זיי ווייניקער אַגרעסיוו. געשיכטע צעטיילט מענטשן.” איך בין ניט זיכער, צי די געשיכטע איז שולדיק. אַ סך מער כּוח האָט אין דעם זין מיטאָלאָגיע, רעליגיעזע מיטאָלאָגיע בתוכם. די דערפֿאַרונג ווײַזט, אָבער, אַז אין גוטע, מענטשלעכע הענט זײַנען ביידע זאַכן גאָר ניט געפֿערלעך.

טאָ וואָס זשע צעטיילט מענטשן, מאַכט זיי פֿאַר שׂונאים? רעליגיע? דיעטע? געשיכטע? מיטאָלאָגיע? וועלן מענטשן זיך באַרויִקן נאָר דעמאָלט, ווען אַלץ וועט זיך אויסגלײַכן? דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ קלאָץ-קשיא, בפֿרט נאָך אַז די וועלט ווײַזט ניט קיין שום סימנים פֿון פּרוּוון זיך אויסצוגלײַכן און באַרויִקן.