500 יאָר דער שיל אין סאַטאַנאָװ

Satanov Synagogue 500 Years Old

די שיל געזען פֿון דער זײַט פֿונעם בית־עולם
Dmitri Panair
די שיל געזען פֿון דער זײַט פֿונעם בית־עולם

פֿון נפֿתּלי קראַוועץ

Published March 21, 2013, issue of March 29, 2013.

אין שטעטל סאַטאַנאָװ, כמעלניצקער געגנט, אוקראַיִנע, געפֿינט זיך אײנע פֿון די עלטסטע שילן אין מיזרח־אייראָפּע. דער בנין, װאָס (לויט אייניקע מיינונגען) איז געבױט געװאָרן אין 1514, האָט געדינט אי װי אַ שיל, אי װי אַ פֿעסטונג אין דער זעלבער צײַט. אױסערלעך דערמאָנט זי אַפֿילו אַ קלײנעם שלאָס — גראָבע װענט, גרױסע קאָנטערפֿאָרסן, שוץ-אײַנריכטונג אַרום און אַרום — שיס־לעכער פֿאַר מושקעטן און האַרמאַטן. געבויט אינעם רענעסאַנס-סטיל, געהערט זי צו די שילן פֿון אַ שוץ-טיפּ, און איז בפֿירוש געװען אַ חשובֿער שוץ-קנופּ פֿון אַלטשאָטישער באַשיצונג.

אַמאָל איז סאַטאַנאָװ געװען אײנע פֿון די גרענעץ-שטעט פֿונעם אַמאָליקן פּױלן, דעריבער איז זי כּסדר געשטעלט געװאָרן אין געפֿאַר פֿון די טאָטערישע און טערקישע אָנפֿאַלן. די האַרמאַטן אױפֿן דאַך פֿון דער שיל האָבן קאָנטראָלירט אַלע צוטריטן צו סאַטאַנאָװ. די שטאָט האָבן פֿאַרטײדיקט די פֿאָרשטײער פֿון אַלערלײ פֿעלקער, װאָס האָבן געלעבט דאָ — אוקראַיִנער, פּאָליאַקן, ייִדן. אױפֿן אָרטיקן בעת-עולם, װאָס איז אױך אַ מערקװירדיקער דענקמאָל פֿון סאַטאַנאָװ, שטײט אַ מצבֿה פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, װוּ ס‘איז אױסגעקריצט, אַז דער געשטאָרבענער איז געפֿאַלן בײַ די טױערן פֿון שטאָט אין אַ שלאַכט מיט די תּוגרמים (ד.ה. די טערקן, אָדער טאָטערן).

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5
  • Image 6
  • Image 7


אין יאָר 1754 האָט מען די שיל רעמאָנטירט — װעגן דעם מעלדט אַן אױפֿשריפֿט אויף אַ קאַרטוש איבער דער טיר. דעמאָלט האָט מען געמאַכט אױף ס‘נײַ אַ פּרעכטיקן אָרון-קודש (ער איז געבליבן ביז הײַנט, כאָטש די פֿאַרבן און באַגילדקייט זײַנען פֿאַרשװינדן).

דער אָרון-קודש איז מער װי אַכט מעטער די הײך און אויסגעלײגט פֿון געשניצטן קאַלכשטײן. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אָדער אַ שיכּורער דײַטש, אָדער אַ פּאָליציאַנט אױסגעניצט דעם אָרון-קודש װי אַ צילברעט. ביז הײַנט זײַנען געבליבן די שפּורן פֿון די קױלן אין כּתר-כּהונה און ברכּת-כּהנים פֿון היכל, ווי שטומע עדות פֿונעם חורבן.

מיט סאַטאַנאָװער שיל זײַנען פֿאַרבונדן אַ סך לעגענדעס און מעשׂיות. למשל, אַז אױפֿן פּלאַץ פֿון דער שיל איז געװען אַ הױכער באַרג. האָט מען דאָרט אָנגעהױבן גראָבן ביז מ‘האָט זיך אױף עפּעס אָנגעשטױסן. אַזױ האָט מען אױסגעגראָבן די שיל.

און נאָך דערצײלט מען, אַז אונטער דער שיל ליגט אַ װעג, וואָס פֿירט אַזש צו עיר-הקודש ירושלים (און װי אַ װאַריאַנט — ביז די פֿעסטונגען פֿון קאַמענעץ און כאָטין).

אין די 1930ער יאָרן האָט מען די שיל פֿאַרמאַכט און געמאַכט אַ סקלאַד, וואָס האָט עקזיסטירט ביזן יאָר 1980. דערנאָך איז אָט דער היסטאָרישער דענקמאָל געבליבן שטיין אויף הפֿקר און ביסלעכװײַז חרובֿ געװאָרן. דער ריזיקער זאַל איז פֿאַרװאַנדלט געוואָרן אין אַ מיסטפּלאַץ, און אַ זײַטיקע צובױונג איז צעשלעפּט געוואָרן ווי בוי־מאַטעריאַל פֿאַר די אָרטיקע אײַנװױנער. געבליבן אָן דער אָנשפּאַר־קאָנסטרוקציע, זײַנען די מאַסיװע װענט זיך צעפֿאָרן און זיך צעשפּאַלטן.

צו העלפֿן אויפֿצושטעלן דעם אַלטן אַרכיטעקטור־אוצר זײַנען געקומען גוטע מענטשן. קודם־כּל, דאַרף דערמאָנט ווערן דער היגער אײַנװױנער, פּענסיאָנער באָריס סלאָבאָדיאַניוק, װאָס מע רופֿט אים דאָ, אין אַ שפּאַס, „דער פּראַװאָסלאַװנער רבֿ‟. סלאָבאָדיאַניוק, האָט לױט זײַן אייגענער איניציאַטיװ אָפּגערײניקט די שיל פֿונעם מיסט און עס אַרויסגעפֿירט אויף עטלעכע לאָסט־אויטאָס. גאָר אין גיכן האָבן אים אָנגעהויבן אַרויסהעלפֿן די אָרטיקע קאַנטקענער.

דער זשורנאַליסט דמיטרי פּאַנאַיִר פֿירט נאָך פֿון די אָנהײב 1990ער יאָרן אַ קאַמף פֿאַר װידער־אויפֿשטעלן די שיל. װי ער האָט מיר דערצײלט, איז די סאַטאַנאָװער שיל-פֿעסטונג אײנער פֿון די װיכטיקסטע היסטאָרישע אָביעקטן אין כמעלניצקער געגנט. ווען ניט זײַנע באַמיִונגען אָפּצושטעלן די רויִנירונג, װאָלט דער בנין זיך אײַנגעװאַלגערט. „מיר האָבן זיך געסטאַרעט צו דערקלערן, אַז דער עולם מוז לײגן אַכט אױפֿן צושטאַנד פֿונעם אַרכיטעקטור־דענקמאָל‟ — זאָגט דמיטרי.

און די באַמיִונגען זײַנען געװען ניט אומזיסטע!

פֿאַראַיאָרן אום־פֿרילינג האָט די אַלטע שיל לסוף געקראָגן אַ בעל-הבית. דעם בנין האָט מען איבערגעגעבן צו דער כמעלניצקער געגנטלעכע רעליגיעזער קהילה. די ביזנעס-לײַט האָבן געהאָלפֿן מיט געלט.

די רעסטאַװריר-אַרבעטן פֿירט אױס די מומחים פֿון דער אוקראַיִנישער אָרגאַניזאַציע „קאַמענעץ-פּאָדאָלסק-רעסטאַװראַציִע‟, װאָס פֿאַרנעמט זיך שױן לאַנגע יאָרן מיט רעסטאַװראַציע און באַנײַונג פֿון אַזעלכע אַלטע אָביעקטן. איצט אין שיל דאַרף מען דורכפֿירן די סאַמע נײטיקע דרינגענדיקע אַרבעטן, דערנאָך באַפֿעסטיקן געװעלב און די װענט. אויפֿן דאַך דאַרף מען אויסוואָרצלען די בײמער און קוסטעס, וואָס וואַקסן דאָרט.

ס‘זײַנען געװען אױך אומדערװאַרטע „אוצרות‟ – די רעסטאַװראַטאָרן האָבן געפֿונען אין דער שיל פֿאַרזשאַװערטע ביקסן און באַגנעטן באַהאַלטן נאָך אין די יאָרן פֿונעם בירגערקריג.

דער ריזיקער זאַל איז איצט אין גאַנצן פֿאַרשטעלט מיט רישטעװאַניעס. איבער די סטעליע אױף דער הײך פֿון 15 מעטער פּאָרען זיך די אַרבעטער-רעסטאַװראַטאָרן; מע דאַרף דורכקאָנטראָלירן און באַפֿעסטיקן יעדער שטײן פֿון געװעלב.

װי עס דערצײלט אַרטור פֿרידמאַן, איינער פֿון די קהילה-פאַרוואַלטער, הײַיאָר װעט מען פֿאַרענדיקן די גרונטהילפֿטיקע אַרבעטן, און אין 2014 (יובילײ יאָר פֿאַר דער שיל) — די גאַנצע רעסטאַװראַציע. אין דער צוקונפֿט וועט אויפֿגעשטעלט ווערן דער הילצערנער אינטעריער (צום גליק, האָבן זיך פֿאַרהיט עטלעכע אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס) און דער שטח אַרום דער שיל. פֿרידמאַן האָפֿט, אַז צום 500סטן יובילײ פֿון דער סאַטאַנאָװער שיל װעט זי געפֿינען איר צװײטע יוגנט.