שאָקאָלאַד־סדר

Chocolate Seder


פֿון ייִט״אַ

Published March 21, 2013, issue of March 29, 2013.

ניו־יאָרק. — אָדם שאַפֿער, אַ רבֿ און דער דירעקטאָר פֿון אַ שול בײַ דער קאָנסערוואַטיווער קהילה „טעמפּל עליה‟ אין וווּדלענד-הילס, קאַליפֿאָרניע, האָט אָנגעהויבן פֿירן די „שאָקאָלאַדנע סדרים‟ אינעם יאָר 1996, ווען ער האָט אַרויסגעגעבן זײַן „שאָקאָלאַד-הגדה‟. הגם שאַפֿער איז מסכּים, אַז אַ סך מענטשן פֿילן זיך נישט-געזונט פֿון עסן צופֿיל שאָקאָלאַד, האָט ער געוואָלט מיט זײַן חידושדיקן עקספּערימענט צוציִען מער קאָלעדזש-סטודענטן, וועלכע זענען נישט געווען באַטייליקט אין די „הלל‟־קלובן, ווי אַ סך אַנדערע יונגע ייִדן. דער רבֿ האָט דערקלערט, אַז זײַנע הנהגות גיבן צו דעם פּסח-סדר אַ טשיקאַוון טעם און דערמעגלעכן די יונגע-לײַט צו באַטראַכטן די הגדה אין אַ נײַעם קאָנטעקסט.

אין די לעצטע 20 יאָר, האָבן אַ צאָל סטודענטישע גרופּעס און יונגע מתפּללים אין פֿאַרשיידענע שילן אײַנגעפֿירט אַ נײַעם שטייגער — צו באַזײַטיקן די טראַדיציאָנעלע סימנים אויף דער פּסחדיקער קערה מיט שאָקאָלאַד־מאכלים. למשל, אַנשטאָט דעם כּרפּס נעמען זיי אַ גרין שטיקל שאָקאָלאַד; אַנשטאָט דעם חרוסת — שאָקאָלאַד-ניסלעך; דעם טונקעלן און ביטערלעכן רויען שאָדאָלאַד פֿאַרן מרור — און אַ שאָקאָלאַד-איי.

די אָנהענגער פֿון אַזאַ נײַעם נוסח האַלטן, אַז אַ סדר, פֿול מיט זיסע מאכלים קאָן העלפֿן די באַטייליקטע צו פֿאַרבינדן דעם יום-טובֿ מיטן ענין פֿון פֿרײַהייט. אַחוץ דעם, וואָס אַזאַ מינהג זעט אויס טשיקאַווע, קאָנען שאָדאָלאַד-נאַשערײַען אויך דינען ווי סימבאָלן פֿון רעאַלער שקלאַפֿערײַ, סאָציאַלן יושר און עטישע געשעפֿט-באַציִונגען.

די ניו-יאָרקער ראַבינערין און כּלל-טוערן דבֿורה פּרינץ האָט אָנגעשריבן אַ נײַע ווערסיע פֿון דער „שאָקאָלאַד-הגדה‟ מיט אַ סאָציאַלן קאָמענטאַר, אונטערן נאָמען „A Socially Responsible Haggadah for a Chocolate Seder‟, וווּ זי דערמאָנט אַזעלכע ענינים, ווי די עטישע פֿראַגעס אין דער כּשרות-אינדוסטריע, אַרבעטער-גלײַכקייט און הונגער. נישט פֿאַר יעדן איז שאָקאָלאַד פֿאַרבונדן מיט אַ זיס לעבן. אַ סך מענטשן אַרבעטן שווער ווי שקלאַפֿן אויף די קאַקאַאָ־פּלאַנטאַציעס אין גאַנע און אויפֿן העלפֿאַנדביין-ברעג, אַרײַנגערעכנט קינדער און יונגע-לײַט, וועלכע לעבן געפֿערלעך אָרעם.

דער נײַער הגדה-קאָמענטאַר דערמאָנט, אַז נישט בלויז דאָס ביטערע גראָז, נאָר אַ זיסער נאַש קאָן אויך האָבן אַ דירעקט שײַכות צו שקלאַפֿערײַ, וועלכע גייט ווײַטער אָן אין די הײַנטיקע טעג. האָפֿנטלעך, וועט זי העלפֿן די מענטשן צו פֿאַרשטיין, אַז מע וואָלט געקאָנט באַזאָרגן די מענטשן מיט שפּײַז אויף אַ פּראָדוקטיוון, געזונטן און שׂכלדיקן אופֿן.

בעת דעם פּסחדיקן סדר, לייגט מען אויפֿן טיש דרײַ מצות. לויט דעם דערמאָנטן נײַעם נוסח, באַשמירט מען זיי מיט שאָקאָלאַד, ווי אַ סימן פֿון אונדזער קאַמף פֿאַרן תּיקון-עולם — צו פֿאַרבעסערן די וועלט. ס׳איז כּדאַי אַ טראַכט צו געבן, אַז צווישן די פֿאַרמעגלעכע מערבֿדיקע ליבהאָבער פֿון זיסע מאכלים, און די, וואָס באַאַרבעטן די קאַקאַאָ־ביימער, איז פֿאַראַן אַ ריזיקער קאָנטראַסט. ווען די ייִדן דערמאָנען זיך בעת דעם פּסחדיקן סדר, אַז זייער אָבֿות זענען געווען פֿאַרשקלאַפֿט אין מצרים, קאָן מען זיך אויך דערמאָנען וועגן די הײַנטצײַטיקע פֿאַרשקלאַפֿטע פּלאַנטאַציע-קינדער.

דבֿורה פּרינץ פֿירט אַ וועבזײַט מיטן נאָמען „ייִדן אויפֿן שאָקאָלאַד-וועג‟. זי האָט אויך אָנגעשריבן אַ בוך וועגן ייִדישקייט און שאָקאָלאַד. זי איז די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער „צענטראַלער קאָנפֿערענץ פֿון אַמעריקאַנער ראַבינער‟ (CCAR), און פֿירט אָן מיט אַ ספּעציעלער פּראָגראַם פֿאַר 400 ראַבינער, כּדי צו באַקענען דעם ייִנגערן דור פֿון די ייִדישע פֿירער מיט זייערע מער געניטע קאָלעגן. די לייענער קאָנען זיך באַקענען מיט אירע געדאַנקען אָט-דאָ:

//www.jews-onthechocolatetrail.org/