אין אַמעריקע איז דער באַגריף „ספּעציעלע בילדונג‟ אַסאָציִיִרט מיט קינדער-אינוואַלידן, וועלכע קאָנען זיך נישט לערנען אין געוויינטלעכע שולן. למשל, אַ ספּעציעלע אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען „מתּן‟ („Matan) פֿאַרנעמט זיך אַקטיוו מיט נישט-געזונטע ייִדישע קינדער.
די שפּראַכיקע און קולטורעלע חילוקים פֿאַרשאַפֿן צומאָל גאַנץ חידושדיקע פּאַראַדאָקסן. בײַ אַ סאָוועטישן ייִד מיט אַ וויסנשאַפֿטלעכער בילדונג רופֿט אַרויס דער נאָמען און דער צוועק פֿון דער דערמאָנטער אָרגאַניזאַציע קלאָרע אַסאָציאַציעס מיט גאָר אַן אַנדער מין ספּעציעלער בילדונג — פֿאַר קינדער, וועלכע ווײַזן אַרויס אַ באַזונדערן טאַלאַנט אין מאַטעמאַטיק. דאָס וואָרט „מאַטאַן‟ איז אַ רוסיש סלענג-וואָרט פֿאַרן מאַטעמאַטישן אַנאַליז („Calculus‟).
פֿאַרשטייט זיך, מוזן קראַנקע קינדער טאַקע האָבן אַ מעגלעכקייט צו באַקומען אַ גוטע בילדונג, אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך. אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט פֿונקציאָנירט אַ נעץ פֿון באַזונדערע שולן פֿאַר קינדער מיט שווערע קראַנקייטן. מער באַקאַנט זענען אָבער געווען די אַנדערע ספּעציעלע שולן, וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט מער אינטענסיווע און טיפֿע פּראָגראַמען פֿאַר מאַטעמאַטיק און פֿיזיק, כעמיע, ביאָלאָגיע, געשיכטע, מוזיק, קונסט, טעאַטער, אויסלענדישע שפּראַכן און אַנדערע געביטן פֿון קולטור און וויסנשאַפֿט.
דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט געליטן פֿון אַ סך פּראָבלעמען; די בילדונג־סיסטעם איז אָבער געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע און אומזיסטע. כּדי צו ווערן אַ תּלמיד אין אַ ספּעציעלער שול, האָט מען געמוזט אויסהאַלטן אַן ערנסטן פֿאַרמעסט. אין געוויסע שולן האָט מען אָנגענומען בלויז אַ פּאָר הונדערט קאָנקורס־געווינער פֿון אַ פֿיל-מיליאָניקער שטאָט אָדער אַ גאַנצער געגנט. כּדי צו שטיצן די דאָזיקע סיסטעם, פֿלעגט מען אין געוויינטלעכע שולן כּסדר דורכפֿירן אָלימפּיאַדעס — פֿאַרמעסטן אין פֿאַרשיידענע געביטן.
די געווינער פֿון אַן אָרטיקן פֿאַרמעסט האָבן געקאָנט זיך באַטייליקן אין אַ שטאָטישער אָלימפּיאַדע, דערנאָך — אין אַן אַלגעמיין-סאָוועטישער. קליינע גרופּעס פֿון די פֿינאַליסטן האָבן זיך באַטייליקט יעדעס יאָר אין אינטענאַציאָנאַלע פֿאַרמעסטן, וווּ סאָוועטישע קינדער פֿון געוויסע שולן האָבן כּסדר פֿאַרנומען די ערשטע פּריזן. אַ ברייטע נעץ פֿון אומזיסטע קרײַזן, אָפֿט אָנגעפֿירט דורך גאָר פּראָפֿעסיאָנעלע לערער, האָט געהאָלפֿן צו געפֿינען די פֿאַראינטערעסירטע קינדער, צוגרייטן זיי צו אָלימפּיאַדעס און אָפּשיקן זיי אין ספּעציעלע שולן. אַחוץ דעם, האָבן אויך עקזיסטירט מאַטעמאַטישע און אַנדערע ספּעציאַליזירטע זומער-לאַגערן.
אין וויסנשאַפֿטלעך־אָריענטירטע שולן האָבן זיך געלערנט אַ סך ייִדן — צומאָל אַזאַ דיספּראָפּאָרציאָנעלע צאָל, אַז זיי האָבן אויסגעזען ווי אומאָפֿיציעלע ייִדישע שולן. למשל, די תּלמידים פֿון דער מאָסקווער שול נומער 57, וועלכע באַשטייט פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכן און אַ הומאַניטאַרישן אָפּטייל, זענען באַקאַנט ווי „פּיאַטיסעמיטן‟ — פֿונעם וואָרט „סעמיט‟.
מע דאַרף צוגעבן, אַז נישט אַלץ אין דער דאָזיקער סיסטעם איז געווען אַזוי אײַ־אײַ־אײַ. איין סיבה פֿון דער דיספּראָפּאָרציאָנעלער צאָל ייִדן האָט געהאַט צו טאָן, פֿאַרשטייט זיך, מיטן פֿאַרשפּרייטן שטאַרקן אַקצענט אויף הויכער בילדונג אין ייִדישע משפּחות. אין אַ צאָל סאָוועטישע אוניווערסיטעטן, בפֿרט אין די בעסטע, איז געווען שווער צו טרעפֿן, זײַענדיק אַ ייִד, צוליב דער מלוכישער אַנטיסעמיטישער קוואָטע — סײַדן מע האָט פֿאַרענדיקט אַ ספּעציעלע שול און געוווּנען די אָלימפּיאַדעס. דערפֿאַר האָבן אַזעלכע שולן געמיינט פֿאַר ייִדן אַ מעגלעכקייט צו באַקומען די בעסטע העכערע בילדונג.
די סאָוועטישע בילדונג־סיסטעם האָט צומאָל אויך געשאַפֿן אַן אָנגעשטרענגטע אַטמאָספֿער. עטלעכע לערער אין דער פּעטערבורגער פֿיזיש-מאַטעמאַטישער שול, וווּ דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך געלערנט, האָבן באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון „דעספּאָטן‟, מיט זייערע גאָר שטרענגע און הויכע פֿאָדערונגען פֿון די קינדער. מיינען האָבן זיי זיכער געמיינט לשם-שמים; אַ סך זייערע תּלמידים זענען טאַקע געוואָרן וועלט-באַקאַנטע וויסנשאַפֿטלער.
נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד איז די בילדונג געגאַנגען באַרג-אַראָפּ. עס האָבן זיך באַוויזן באַצאָלטע כּלומרשט „ספּעציעלע‟ ליצייען און גימנאַזיעס, וועלכע האָבן געגעבן אַ קינד פֿון רײַכע עלטערן די מעגלעכקייט צו באַקומען אַ פֿאָרמעל-גוטע בילדונג, נישט אַרויסווײַזנדיק קיין באַזונדערע כּשרונות. אַ סך מענטשן האָבן פֿאַרלוירן דעם אינטערעס צו ערנסטער און פֿונדאַמענטאַלער בילדונג, האָפֿנדיק צו ווערן אַ געשעפֿטסמאַן אָדער אַ פֿירמע-פֿאַרוואַלטער. די בילדונג-סיסטעם איז געוואָרן מער און מער אויבערפֿלאַכיק און געלט-אָריענטירט. נישט לאַנג צוריק, האָט די רוסלענדישע רעגירונג אָנגענומען אַ נײַ געזעץ, לויט וועלכן אינעם קומענדיקן יאָר, פֿון סעמפּערמער 2013, וועט מען אָפּשאַפֿן אַלע ספּעציאַליזירטע שולן אינעם לאַנד — סײַ פֿאַר קראַנקע קינדער, סײַ פֿאַר טאַלאַנטירטע.
נאַטאַליאַ טרעטיאַק, די פֿאַרטרעטערין פֿונעם בילדונג-מיניסטער, האָט דערקלערט, אַז יעדע שול וועט קאָנען אײַנפֿירן ספּעציעלע קלאַסן — כאָטש פֿאַר יונגע מאַטעמאַטיקער, כאָטש פֿאַר נישט-געזונטע קינדער. אַ סך בילדונג-אָריענטירטע מענטשן האָט אָבער דער דאָזיקער געזעץ ממש געפּלעפֿט. וועט רוסלאַנד שוין אינגאַנצן פֿאַרלירן די אַמאָליקע וועלט-באַרימטע טראַדיציע פֿון שטאַרקער בילדונג? אַפֿילו אין ניו-יאָרק, וווּ די סאָוועטישע סיסטעם פֿון וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַרמעסטן, קרײַזן און לאַגערן איז אומבאַקאַנט, זענען פֿאַראַן אַזעלכע מלוכישע ספּעציעלע שולן, ווי „Bronx Science‟ און „Stuy‟.
פֿאַרשטייט זיך, אינעם אידעאַלן פֿאַל דאַרף די קינדער-בילדונג זײַן טשיקאַווע און פֿרײַ. די לערער זאָלן נישט באַטראַכט ווערט ווי פּײַניקער, און די שולן זאָלן נישט אויסזען ווי תּפֿיסות אָדער דינען ווי אַ יסוד פֿון אינטעלעקטועלער פּאָלאַריזאַציע פֿון מענטשן. פֿונדעסטוועגן, אין דער הײַנטיקער אַטמאָספֿער, ווען געלט און קאַריערע האָבן מער ווערט ווי ידיעות און כּשרונות, איז אפֿשר וויכטיקער פֿאַר פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס צו פֿאַרנעמען זיך מיטן צווייטן מין ספּעציעלע בילדונג — פֿאַר באַגאַבטע און בילדונג-פֿאָקוסירטע קינדער?
אַגבֿ, רעדנדיק וועגן געזונט-פּראָבלעמען. די דערמאָנטער ייִדישע אָרגאַניזאַציע „מתּן‟ דערציילט אויף איר וועבזײַט, אַז זי פֿאַרנעמט זיך מיט קינדער, וועלכע לײַדן פֿונעם „אַספּערגער-סינדראָם‟. איך בין נישט אַ דאָקטער, אָבער אַלע „אַספּערגער‟-מענטשן, וועלכע איך האָב ביז אַהער געטראָפֿן, זענען דווקא אויסערגעוויינטלעך גוט געבילדעט און שטימען מיט דעם סאָוועטישן אידעאַל פֿון בילדונג לשם-בילדונג. עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: פֿאַרוואָס איז קאַריעריזם און תּאוות-ממון דערווײַל אויך נישט אַרײַן אין דער ליסטע פֿון „סינדראָמען‟?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.