די גאַנצע וואָך האָט דער ניו־יאָרקער קינאָ „פֿילם פֿאָרום” געוויזן בחינם אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם סאַמע באַרימטן אַמעריקאַנער ייִדישן שרײַבער פֿיליפּ ראָט, וואָס איז נאָרוואָס געוואָרן 80 יאָר אַלט. דאָס איז געווען דער ערשטער קינאָפֿילם, וואָס איך האָב געזען אָן געלט, זינט איך פֿלעג קינדווײַז בלײַבן אין די קינאָס נאָך דער פֿאָרשטעלונג און זען נאָך עטלעכע פֿילמען ניט־באַצאָלטערהייט. דער פֿאַקט אַליין ווײַזט, אַז ראָט איז בײַ אונדז געוואָרן אַן אינסטיטוציע.
זײַנע ביכער פֿאַרקויפֿן זיך אין די מיליאָנען; זײַן גרעסטער בעסטסעלער Portnoy’s Complaint (פּאָרטנויס טענה), איז אַרויס אין 1969 מיט אַ טיראַזש פֿון איבער 4 מיליאָן קאָפּיעס. פֿיר האַליוווּד־פֿילמען (ניט אַלע געראָטענע) האָט מען שוין געמאַכט, באַזירט אויף זײַנע ראָמאַנען. זײַנע לייענער פֿירט מען אויף אויטאָבוסן אַרום זײַן היימשטאָט, ניואַרק, ניו־דזשערזי, וואָס ווערט באַשריבן אין זײַנע ראָמאַנען (כּדאַי צו זען אַ ווידעאָ פֿון אַזאַ “פֿילים ראָט־טור” בײַם ענגלישן “פֿאָרווערטס”:). אין ניואַרק געפֿינט זיך אַפֿילו אַ “פֿיליפּ ראָט־פּלאַץ” און אַ ספּעציעלע אויסשטעלונג לכּבֿוד אים. די בכּבֿודיקע סעריע “ביבליאָטעק פֿון אַמעריקע”, וואָס נעמט אַרײַן ווערק פֿון קלאַסישע אַמעריקאַנער שרײַבער, האָט אויך אַרויסגעגעבן זײַנע געזאַמלטע ווערק — ווי דער איינציקער נאָך לעבעדיקער “קלאַסיקער”. עס פֿעלט אים דערווײַל נאָר די נאָבעל־פּרעמיע, אָבער זיכער אַרבעט מען שוין הינטער די קוליסן, כּדי די שוועדן זאָלן פֿאַרריכטן די עוולה.
דאָס וואָס אַזוי פֿיל שבֿחים און לויבגעזאַנגען דערשײַנען איצט אין דער פּרעסע, הייסט ניט, אַז עס פֿעלן אויך קעגנערישע שטימען. אין משך פֿון זײַן גאַנצער קאַריערע פֿירן קעגן ראָט אַ מלחמה פֿאַרשיידענע פֿאַרטרעטערס פֿונעם ייִדישן „עסטאַבלישמענט”, דער עיקר, די ראַבײַס און רבנים, ווי אויך אַ סך פֿעמיניסטקעס. זיי געפֿעלט ניט, וואָס ראָט שרײַבט אַזוי אָפֿט און אַזוי אָפֿן וועגן סעקס, וואָס ער לאַכט אָפּ פֿון דער ייִדישער מיטלקלאַס־קולטור, און ווי ער פּרעזענטירט פֿרויען — אָדער ווי אַן סעקסועלן אָביעקט, אָדער ווי אַ ייִדישע מאַמע, אַ נודניצע. די העלדן פֿון ראָטס ראָמאַנען (וואָס זײַנען אָפֿט ענלעך אויף אים אַליין) לײַדן כּסדר פֿון פּסיכאָלאָגישע קריזיסן, זיי יאָגן זיך נאָך שיקסעס און טוען אָפּ אַל דאָס בייז מיט פּונקט גענוג חוצפּה, כּדי צו פּראָוואָצירן ראָטס קריטיקער. (זיכער האָבן די דאָזיקע קריטיקער ניט־ווילנדיק געהאָלפֿן, אַז ער זאָל ווערן אַזוי פּאָפּולער.)
אין זײַן לעצטער תּקופֿה, זינט די 1980ער יאָרן, האָט זיך ראָט געווענדט צו היסטאָרישע און פּאָליטישע טעמעס און עס דאַכט זיך, אַז ער האָט אַליין פֿאַרשטאַנען, אַז זײַנע ווערק זײַנען געוואָרן אַ מין היסטאָרישער מאָנומענט. ער האָט געשריבן וועגן די מעקקאַרטי־רדיפֿות אויף די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן, וועגן דער פּאָליאָ־עפּידעמיע, וועגן דער תּקופֿה פֿון דער וויעטנאַם־מלחמה. אַ סך האָט ער געשריבן וועגן דער וועלט פֿון זײַן קינדהייט און יוגנט אין די אַלטע ייִדישע געגנטן, וואָס הײַנט עקזיסטירן זיי מער ניט. פֿאָרנדיק אַרום ניואַרק, איז גאַנץ שווער צו דערקענען די גרויסע ייִדישע שטאָט, וואָס זי איז געווען ביז אין די 1960ער יאָרן.
צופֿעליק פֿאַרמאָגט דער ייִוואָ אַ סקלאַד אין ניואַרק, וווּ מע האַלט די טויזנטער פּאַפּירן, צײַטונגען, און נאָך אַזעלכע חפֿצים, וואָס ס׳איז פֿאַר זיי ניטאָ קיין פּלאַץ אינעם אינסטיטוט גופֿא אין מאַנהעטן. צוליב אַ געוויסן פּראָיעקט מײַנעם פֿאָר איך יעדע וואָך קיין ניואַרק, כּדי צו אַרבעטן אין דעם דאָזיקן סקלאַד. דאָרט איז ווינטער ניטאָ קיין באַהייצונג און זומער — קיין קילונג, נאָר הונדערטער, טויזנטער פֿאַרשטויבטע קעסטלעך, וואָס קיינער האָט ניט אַרײַנגעקוקט אין זיי זינט די וועלט שטייט. איך זיץ אין סקלאַד מיטן אַרכיוויסט שמואל בערגמאַן, וואָס פֿאַרנעמט זיך לעצטנס מיט אויססדרן חיים גראַדעס ביכער — ניט די וואָס גראַדע האָט אָנגעשריבן, נאָר די טויזנטער וואָס ער האָט געזאַמלט. מײַן אַרבעט באַשטייט פֿון נישטערן אין די קעסטלעך פֿון דער מרדכי שעכטער־זאַמלונג און קריגן עפּעס אַן אַנונג, וואָס געפֿינט זיך אינעווייניק.
פֿאַר מיר, פֿאַרשטייט זיך, איז ניואַרק אַ מין גניזה אָדער בית־עולם פֿאַר ייִדישע ביכער און פּאַפּירן. אַז מע גייט אַרויס פֿונעם סקלאַד, זײַנען קיין ייִדן ניטאָ אויף די גאַסן, און אַ ייִדיש לעבן איז פֿאַרבליבן נאָר אין ראָטס ביכער. די מערסטע תּושבֿים זײַנען אָרעמע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, אָבער לעבן דעם סקלאַד געפֿינט זיך אַ קליינע פּאָרטוגעזישע געגנט.
ראָטס ניואַרק קען פֿאַרטרעטן אַ סך נאָך־מלחמהדיקע ייִדישע געגנטן אין אַמעריקע, וווּ עס האָט אַ מאָל געשפּרודלט אַ ייִדיש לעבן פֿון פֿאַרשיידענע מינים, פֿרומע און פֿרײַע, וואָס איז אין די 1960ער און 1970ער יאָרן אונטערגעגאַנגען צוליב דעם, וואָס די ווײַסע (ייִדן און ניט־ייִדן) זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער שטאָט אין דער הינטערשטאָט. די ניואַרקער קהילה האָט ספּעציעל געליטן נאָך די אומרוען אין 1967, אין וועלכע 26 מענטשן זײַנען דערהרגעט געוואָרן און נאָך הונדערטער — פֿאַרוווּנדיקט.
געוויסע מינים ייִדישקייט האָבן געוווּנען פֿון דער „סאָבורבאַניזאַציע”, דער עיקר, די גרויסע רעליגיעזע דענאָמינאַציעס: די קאָנסערוואַטיווע און די רעפֿאָרם־ייִדן, ווייניקער די אָרטאָדאָקסן. אַז ייִדן וווינען מער ניט אין אַ געדיכטער שטאָטישער געגנט, ווערט דאָס ייִדישע לעבן פֿאַראָרעמט, מע דאַרף זיך אָנשליסן אין דער נאָענסטער שיל אָדער קולטור־צענטער, ווײַל קיין סך אַנדערע ברירות זײַנען ניטאָ. ווער עס וויל ניט האָט פּשוט ניט קיין קהילה, ער לעבט אין דרויסן — פּונקט ווי פֿיליפּ ראָט אַליין, וואָס וווינט אויפֿן לאַנד אין מערבֿ־קאָנעטיקוט, אַרומגערינגלט מיט ביימער און שטילע פֿעלדער, אָבער ניט מיט קיין ייִדן. אין אַן אינטערוויו פֿונעם דאָקומענטאַר הייבט ראָט אַרויס, אַז ער האַלט זיך ניט פֿאַר קיין ייִדיש־אַמעריקאַנער שרײַבער, נאָר פּשוט — פֿאַר אַן אַמעריקאַנער שרײַבער; ייִדישקייט איז בײַ אים אַ צווייטראַנגיקע טעמע. זײַנע ערשטע דערציילונגען האָבן גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט ייִדן, עס האָט זיך פּשוט אַרויסגעוויזן, אַז ער שרײַבט אַ סך בעסער וועגן די ייִדן וואָס ער קען, ווי וועגן די גויים וואָס ער קען ניט.
די ראַבײַס און רבנים וואָס האָבן אַטאַקירט פֿיליפּ ראָט האָבן ניט צוליב געטאָן די ייִדן (וויפֿל זיי האָבן ניט געהאָלפֿן דעם פֿאַרלאַג צו פֿאַרקויפֿן זײַנע ביכער). די ייִדישע וועלט, וואָס ער באַשרײַבט, און די קריטישע עטנישע ייִדישקייט, וואָס ער פֿאַרטרעט, וועלכע איז אַ מאָל געווען אַזוי כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן — זײַנען געוואָרן היסטאָרישע אַנטיקן. טייל ייִדן זײַנען טאַקע געוואָרן פֿרימער, און בײַ די חרדים וואַקסט ווי אויף הייוון, אָבער אין אַלגעמיין איז אונדזער ייִדישקייט געוואָרן מער פֿאַרוואַסערט. ראָטס העלדן האָבן זיך כאָטש געיאָגט נאָך שיקסעס, דאָס איז געווען אַ מין פֿאַרקערטער אויסדרוק פֿון זייער פּינטעלע ייִד. אָבער דער הײַנטיקער וועלטלעכער יוגנט איז אַלץ איינס — ייִדיש/ניט־ייִדיש — וואָס איז דער חילוק? און ס׳איז באמת ניטאָ קיין גרויסער חילוק. עס וועט אפֿשר ניט זײַן צו לאַנג, ביז מע וועט אַרײַנברענגען אין סקלאַד נאָך הונדערטער קעסטלעך פֿון דער פֿיליפּ ראָט־זאַמלונג, און די יונגע פֿאָרשער וועלן אויך דאָרט נישטערן און זוכן די ייִדיש־וועלטלעכע פֿאַרגאַנגענהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.