רוסלאַנד האָט אָפּגעשטויסן די בקשות פֿון ציפּערן אים צו העלפֿן פֿינאַנציעל, און עס זעט אויס, אַז דער אינדזל דאַרף פֿאַרהאַנדלען מיטן „אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד‟ במשך פֿון די נאָענסטע פּאָר טעג, אָדער זיך צעפֿאַלן פֿינאַנציעל.
אין דער קרוינשטאָט ניקאָסיע, האָבן די גרעסטע בענק אין לאַנד געבעטן בײַ די פּאָליטיקער זיי זאָלן קומען צו אַ הסכּם מיטן „פֿאַרבאַנד‟. דערווײַל רעדט מען אינעם ציפּרישן פּאַרלאַמאַנט וועגן נאַציאָנאַליזירן די פּענסיעס פֿון די אַרבעטער און צעטיילן דעם צווייטן גרעסטן באַנק אין לאַנד, כּדי צופֿרידנצושטעלן די אייראָפּעיִשע אַליִיִרטע.
דער גובערנאַטאָר פֿונעם צענטראַלן באַנק האָט געוואָרנט די פּאָליטישע פֿירער, אַז דאָס לאַנד וועט באַנקראָטירן דעם קוענדיקן דינסטיק, אויב מע וועט נישט אָננעמען די פֿאָרלייגן אין פּאַרלאַמענט. אַפֿילו אויב מע נעמט שוין אָן די געזעצן, איז מען נישט פֿאַרזיכערט, אַז די קאַפּיטאַלן וואָס מע וועט שפּאָרן, וועלן קלעקן. דער „אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד‟ פֿאָדערט 5.8 ביליאָן אייראָס, אויב ציפּערן וויל צוריקבאַקומען פֿון אים 10 ביליאָן אייראָס אויסצומײַדן אַ באַנקראָט. דער גרעסטער ציפּרישער באַנק האָט אויך געשטיצט דעם פּלאַן פֿונעם „אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד‟ כאָטש אויף אַלע אײַנצאָלונגען אין באַנק מער ווי 100,000 אייראָס, וועט מען צאָלן שטײַערן.
אַ פֿאַרהאַנדלטן אָפּמאַך מיטן „פֿאַרבאַנד‟ האָט דער פּאַרלאַמענט אָפּגעוואָרפֿן מיט אַ וואָך צוריק. דער אייראָפּעיִשער צענטראַל־באַנק האָט געשטעלט אַ טערמין צו קומען צו אַ הסכּם — דעם מאָנטיק. נאָך דעם ווי די פֿאַרהאַנדלונגען מיט אייראָפּע האָבן נישט מצליח געווען, האָט ציפּערן פֿאַרהאַנדלט מיט רוסלאַנד — אפֿשר קען זי פֿאָרלייגן אַ בעסערן פּלאַן ווי אייראָפּע, מיט דער האָפֿענונג, אַז די רוסישע אינוועסטירער וועלן צוגעצויגן ווערן צו די ציפּרישע בענק און גאַז־זאַפּאַסן. אָבער פֿרײַטיק האָט דער רוסישער פֿינאַנץ־מיניסטער אַנטאָן סילוואַנאָוו געזאָגט פֿאַר דער פּרעסע, אַז „די פֿאַרהאַנדלונגען מצד די רוסן האָבן זיך געשלאָסן‟. רוסלאַנד האָט ביליאָנען אייראָס אינוועסטירט אין די ציפּרישע בענק, און דערפֿאַר האָט דער „אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד‟ געפֿאָדערט, צום ערשטן מאָל, אַז מע זאָל נעמען שטײַערן פֿון מענטשן, וואָס דעפּאָנירן דאָרטן גרויסע סומעס געלט.
„איך האַלט, אַז מע וועט זיך אויסגלײַכן, אָבער ציפּערן שפּילט זיך מיט פֿײַער‟, האָט געזאָגט פֿאָלקער קאַודער, אַ קאָנסערוואַטיווער אַליִיִרטער פֿון דער דײַטשער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל. די בירגער פֿון ציפּערן זענען שאָקירט פֿון דער פֿינאַנציעלער דראַמע וואָס קומט לעצטנס פֿאָר אין זייער לאַנד; ערשט מיט אַ חודש צוריק האָבן זיי אויסגעוויילט דעם קאָנסערוואַטיוון פּרעזידענט ניקאָס אַנאַסטאַסיאַדעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.