אין יאַנואַר 1863 איז אין װאַרשע פֿאָרגעקומען אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע קעגן רעקרוטירן יונגע פּאָליאַקן אין דער רוסישער אַרמײ, װאָס איז אין גיכן איבערגעוואַקסן אין אַן עכטער מלחמה פֿאַר פּױלישער אומאָפּהענגיקײט פֿון רוסלאַנד. אײניקע ייִדן, בפֿרט די װאַרשעװער עליט, האָבן אונטערגעשטיצט דעם אױפֿשטאַנד, בעת אַנדערע, צװישן זײ די רוסיש־אָריענטירטע אינטעליגענץ אין דער ליטע, זײַנען געװען אױפֿן רוסישן צד. אָבער דאָס רובֿ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר האָבן זיך געהאַלטן בײַ דער זײַט, אַבי מע זאָל זײ ניט טשעפּען.
צװישן די, װאָס האָבן געשטיצט דעם רוסישן צד, איז געװען דער װילנער ליטעראַט לעװ לעװאַנדע. אין זײַן פּובליציסטישן ראָמאַן „די הײסע צײַט‟ (1871־ 1873) האָט ער אױסגעמאָלט דעם ערשטן דור פֿון דער אױפֿגעקלערטער ייִדישער יוגנט, װאָס האָט אַנטדעקט פֿאַר זיך די רוסישע קולטור און באַשלאָסן, אַז זײער צוקונפֿט איז מיט רוסלאַנד און ניט מיט פּױלן. פֿאַר לעװאַנדע, װאָס האָט דעמאָלט געדינט װי דער „געלערנטער ייִד‟ (דער בעל־יועץ פֿאַר ייִדישע ענינים) בײַם װילנער גענעראַל־גובערנאַטאָר, איז דער אױסקלײַב פֿון רוסלאַנד געװען קלאָר; און זײַן ראָמאַן איז צווישן פֿון די ערשטע װערק פֿון דער נײַער ייִדיש־רוסישער ליטעראַטור.
װאָס שײַך דער ייִדישער ליטעראַטור, קאָן מען זי היסטאָריש צעטײלן אױף צװײ צװײַגן, לױט דער באַציִונג צו דער רוסיש־פּױלישער קריגערײַ. װעגן דעם האָט אין די דרײַסיקער יאָרן געשריבן דער סאָװעטישער ליטעראַטור־פֿאָרשער מאיר װינער, אָבער דעמאָלט האָט מען אים שאַרף קריטיקירט פֿאַר זײַן „אַנטי־מאַרקסיסטישן‟ צוגאַנג צו קולטור־געשיכטע. אַזעלכע שרײַבער װי, למשל, ישׂראל אַקסענפֿעלד, מענדעלע, שלום־עליכם, דוד בערגעלסאָן, און דער נסתּר געהערן צו דער ״רוסישער״ שיטה, בעת שלמה עטינגער, י. ל. פּרץ, שלום אַש, איטשע-מאיר װײַסנבערג, און אַװדאי יצחק באַשעװיס זײַנען ״פּױלישע״.
אײנער פֿון די סאַמע אױסגעשפּראָכן־פּױלישע ייִדישע מחברים איז געװען יוסף אָפּאַטאָשו. זײַן היסטאָרישע טרילאָגיע „אין פּױלישע װעלדער‟, „1863‟ און „אַלײן‟, װאָס הײבט זיך אָן ערבֿ דעם אױפֿשטאַנד פֿון 1863 און ענדיקט זיך אױף דער שװעל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, געהערט צו די סאַמע לעבעדיקע און קאָלירפֿולע ליטעראַרישע שילדערונגען פֿון יענע דראַמאַטישע געשעענישן. די צװײ ערשטע ראָמאַנען פֿון דער טרילאָגיע זײַנען איבערגעזעצט געװאָרן אױף עטלעכע שפּראַכן, הגם אָפּאַטאָשו, להיפּוך צו אַש און באַשעװיס, האָט געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו דער ניט־ייִדישער לײענערשאַפֿט.
אָבער ניט געקוקט אױף זײער פּאָפּולערקײט, בפֿרט אין די 1920ער–1930ער יאָרן, האָבן אָפּאַטאָשוס ראָמאַנען עד־היום נאָך ניט זוכה געװען צו אַ געהעריקער היסטאָרישער און קריטישער אױסטײַטשונג. ערשט איצט הײבט מען אָן צו פֿאָרשן זײערע קװאַלן און השפּעות. פּראָפֿעסאָר סאַבינע קאָלער פֿונעם רעגענסבורגער אוניװערסיטעט האָט אַנטדעקט, אַז אָפּאַטאָשו האָט געפֿירט אין זײַן ראָמאַן אַ שמועס מיט עטלעכע פּױלישע דיכטער און שרײַבער, אַזעלכע װי אַדאַם מיצקעװיטש, ציפּריאַן נאָרװיד, סטעפֿאַן זשעראָמסקי.
אָפּאַטאָשוס ראָמאַנען זײַנען אַרױס אין דעם היסטאָרישן מאָמענט, װען פּױלן איז װידער געװאָרן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. זײַענדיק אין אַמעריקע, האָט אָפּאַטאָשו בדעה געהאַט פֿון ס‘נײַ צו באַטראַכטן דעם אַמאָליקן חלום פֿון ״פּױליש־ייִדישער ברודערשאַפֿט״. דער לײענער זעט די דראַמאַטישע היסטאָרישע געשעענישן מיט די אױגן פֿונעם הױפּט־העלד מרדכי, אַן אײביקער װאַנדערער און אַ זוכער. מרדכי איז אַ מין גרענעץ־פֿיגור, װאָס איז אָפֿטמאָל פֿאַרטאָן אין דער האַנדלונג, אָבער דערבײַ בלײַבט ער תּמיד אַ פֿרעמדער.
װי עס דערװײַזט פּראָפֿעסאָר קאָלער אין איר פֿאָרשונג, האָט אָפּאַטאָשו בכּיװן אַריבערגעטראָגן אַ געװיסן היסטאָרישן עפּיזאָד פֿון װאַרשע קײן קאָצק, כּדי צו שאַפֿן אַ שײַכות צװישן דעם אױפֿשטאַנד און חסידות. אַרום פּסח־צײַט, װאָס איז אין 1863 צונױפֿגעפֿאַלן מיט דער קריסטלעכער פּאַסכע, האָט מען באַגראָבן די געפֿאַלענע אױפֿשטענדלער. לױט דער פּאָפּולערער לעגענדע זײַנען די קאָזאַקן באַפֿאַלן די לװיה־פּראָצעסיע און צעשאָסן דעם גלח. דער ייִדישער סטודענט מיכאל לאַנדי האָט אונטערגעכאַפּט דעם צלם, אָבער איז אַלײן צעשאָסן געװאָרן. דער דאָזיקער עפּיזאָד איז באַזונגען געװאָרן דורך דעם פּױלישן דיכטער ציפּריאַן קאַמיל נאָרװיד, װאָס אָפּאַטאָשו האָט אים געװידמעט זײַן ראָמאַן.
די דאָזיקע דראַמאַטישע סצענע איז אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט געװאָרן אין דער פּױלישער מאָלערײַ און ליטעראַטור, אָבער אָפּאַטאָשו איז געװען מסתּמא דער ערשטער ייִדישער שרײַבער, װאָס האָט אױסגענוצט דעם דאָזיקן מאָטיװ. די העלדישע פֿיגור איז דאָ מרדכי אַלײן: „דער גלח האָט אַרױסגעלאָזט דעם צלם, אַ צװײטער האָט אים אױפֿגעהױבן, גלײַך געפֿאַלן פֿון אַ קױל. מרדכי האָט אונטערגעכאַפּט דעם צלם.‟ אָבער להיפּוך צו לאַנדי האָט מרדכי ניט מקריבֿ געװען זײַן לעבן פֿאַר פּױלן. ער האָט יאָ געשאָסן אין די רוסן, אָבער איז געבליבן לעבעדיק און האָט סוף־כּל־סוף פֿאַרלאָזט פּױלן.
װי עס דערקלערט פּראָפֿעסאָר קאָלער, פֿירט אָפּאַטאָשו דורך אַ „דעקאָנסטרוקציע‟ פֿונעם ראָמאַנטישן מיטאָס פֿון פּױליש־ייִדישער ברודערשאַפֿט. מרדכי האַלט דעם צלם אין זײַן האַנט, אָבער דער צלם איז באַגאָסן מיט בלוט, װאָס סימבאָליזירט רציחה און טױט. הײַנט האַלט דער פּױלישער עולם מרדכין שיעור ניט פֿאַר אַ נײַעם יעזוס, אָבער מאָרגן זײַנען זײ גרײט אים צערײַסן אױף שטיקער. דער סימבאָל פֿונעם אױפֿשטאַנד איז אין דעם ראָמאַן ניט קײן העלד, װאָס איז מקריבֿ זײַן לעבן פֿאַר פּױלן, נאָר אַ שװאַרצע קראָ אױף די טױטע גופֿים פֿון געפֿאַלענע אױפֿשטענדלער: „אַ קראָ האָט זיך אַװעקגעשטעלט מיט צעשפּרײטע פֿליגל אױפֿן שאַרבן, פֿאַרריסן דעם שנאָבל, װי אַ בױמפּיקער, און מיט אַ פֿאַרעקשנטער פּינקטלעכקײט געפּיקט אין שטערן אַרײַן, טיפֿער, טיפֿער, װי די קראָ װאָלט מיט אַ קלין זיך געקליבן שפּאַלטן דעם שאַרבן.‟
װײַזט אױס, אַז אָט דעם סימבאָלישן אימאַזש פֿון דער קראָ האָט אָפּאַטאָשו געבאָרגט בײַ דעם פּױלישן ראָמאַניסט סטעפֿאַן זשעראָמסקי (די פּאַראַלעלן צװישן אָפּאַטאָשו און זשעראָמסקי האָט באַמערקט נאָך מאַקס עריק). אָבער אָפּאַטאָשו באַנוצט זיך מיט דער סימבאָלישער שפּראַך פֿון דער פּױלישער ליטעראַטור קריטיש. ער האָט ספֿיקות װעגן דעם ראָמאַנטישן אידעאַל פֿון פּױליש־ייִדישן אַחדות, װײַל ער זעט פֿאַר דעם ניט קײן רעאַלן יסוד, און דאָס איז געװען זײַן קינסטלערישער אָפּרוף אױף דעם אױפֿקום פֿון דער פּױלישער מלוכה אין 1918.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.