אין מיטן חודש מאַרץ איז בײַ די קריסטן אין מאָלדאָווע און אוקראַיִנע דאָ אַ טאָג, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער „באָבע יעוודאָכע‟ (אַ פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿעניש בײַ די היגע קריסטן, וועלכע לויט די פֿאָלקס־אָנשויונגען קאָן דערווײַטערן צי דערנענטערן דעם פֿרילינג). אויב אין מאַרץ פֿלעג זיך צעשפּילן אַ שניי־זאַווערוכע, האָבן די קריסטן און אויך די ייִדן געזאָגט: „די באָבע יעוודאָכע טאַנצט מיט המנען‟.
די פּורים־מעשׂה איז אַזוי געווען באַוווּסט, אַז אַפֿילו די קריסטן זענען געווען זייער גוט באַקאַנט מיט איר. אַ בײַשפּיל צו דעם איז משה אַלטמאַנס דערציילונג „המן‟. דעם העלד פֿון דער דאָזיקער דערציילונג, שלמה דעם לאַנגן, רופֿט אַרויס דער נאַטשאַלניק פֿון דער דאָרפֿישער מאַכט. וואָסי? — שלמה דער לאַנגער האָט אָנגערופֿן דעם קריסט וואַסילי המן, און יענער האָט אָנגעשריבן אַ „זשאַלאָבע‟, אַן אָנקלאָג. זאָגט צו שלמהן דער נאַטשאַלניק:
„שליאָמע, האָסט אויף דיר אַ מיאוס פּעקל… אַ פּאָליטיטשעסקי דיעלאָ (פּאָליטישער ענין)‟
„פֿאַר וואָס?‟
„פֿאַר המן… האָסט געזאָגט וואַסיליען „המן‟… שליאָמע דו ווייסט ווער המן איז געווען?‟
(שלמה מאַכט זיך תּמעוואַטע) „פֿון וואַנעט, פּריץ, זאָל איך וויסן: איך בין אַ פּראָסטער מענטש…‟
„טאַקע דערפֿאַר האָב איך דיך געשיקט רופֿן. איך ווייס, אַז ווען דו ווייסט, ווער המן איז געווען, וואָלסטו עס ניט געווען געזאָגט… המן, שליאָמע, איז געווען אַ מיניסטער, מיניסטער וונוטרעניך דיעל! (אינערלעכע ענינים)… גיי זאָג איך דיר, בעט דיך איבער מיט וואַסיליען…‟
„ווען משיח וועט קומען וועלן אַלע יום־טובֿים בטל ווערן, נאָר פּורים וועט בלײַבן!‟ — דאָס ווייסן מיר. נאָר אויב אַזוי איז וועמען דעמאָלט, בײַ משיח־צײַטן, וועלן אויסלאַכן די פּורים־שפּילער, פֿון וועמען מאַכן חוזק? לויט דער טראַדיציע פֿון פּורים־שפֿילן, דאַרף מען אויסלאַכן די מאַכט, די הויכע פֿענצטער, אין אונדזער פֿאַל — די הויכע הימלען, די „נאַטשאַלניקעס‟ פֿון דער מענטשהייט. הייסט עס, משיחן און אַפֿילו דעם, וואָס מע טאָר זײַן נאָמען נישט דערמאָנען?
מילא, ביז משיח־צײַטן איז נאָך דאָ אַ ביסל צײַט און די סצענאַרן פֿון פּורים־שפּילן פֿאַר דער ווײַטער צוקונפֿט וועט מען אָנשרײַבן שפּעטער.
נאָך אין 16 יאָרהונדערט געפֿינען מיר שריפֿטלעכע שפּורן אויף ייִדיש פֿון פֿאַרשיידענע פּורים־לידער. די ייִדן האָבן תּמיד ליב געהאַט דעם פֿריילעכן יום־טובֿ, ניט בלויז צוליב טראַדיציע, נאָר ווי אַ מעגלעכקייט אויסצולאַכן, די שׂונא־ישׂראל, די המנס, וועלכע זענען געווען אין אַלע תּקופֿות פֿונעם ייִדישן לעבן. ווײַל, ווי מיר ווייסן: אַ סך המנס און איין פּורים. אין מיטל־עלטער פֿלעגן ייִדן זינגען: /איך וויל אײַך ערציילן פֿון המן העמלק,/ /ווי ער מיט ייִדעלעך האָט אָנגעשטעלט…/. צי אין צאַרישן רוסלאַנד:
…אַז דו זאָלסט מיר פֿון די ייִדן אָבשיידן!
אַך, אַדוני קעניג, געטרײַער קעניג,
איך קום ריידן און בעטן,
אַז דו זאַלסט אונדז פֿון המן הרשע רעטן!
אין די בעסאַראַבער שטעטלעך אי פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, בײַ די רומענער, אי שוין אין די סאָוועטישע צײַטן, אין די 1950ער־1960ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, פֿלעג מען אין די פּורים־שפּילן אויסלאַכן זיך אַליין, אויסלאַכן די ייִדן, וועלכע זענען געווען אין די שטעטלעך באַוווּסט — די מער־ווייניק רײַכע, די פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע־ און קהילע־טוער, די „קאָכלעפֿל‟. די מאַכט האָט מען געוויינטלעך ניט „געטשעפּעט‟. ס’איז געווען פּורים צוליב דעם פּורים. צוליב פֿרײען זיך מיטן לעבן, צוליב אויסטרינקען עטלעכע כּוסות בראָנפֿן…
גאָר אַן אַנדער באַטײַט באַקומען די פּורים־שפּילן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין ברעזשנעווס צײַטן, ווען די סאָוועטישע מאַכט דורך איר קורצזיכטיקער פּאָליטיק, האָט אַרויסגעבראַכט אויף דער וועלט די אַזוי גערופֿענע „אָטקאַזניקעס‟ אָדער די “רעפֿיוזניקעס”, בקיצור, די מענטשן וועלכע מע האָט אָפּגעזאָגט אַרויסצופֿאָרן פֿון לאַנד. איך וואָלט דאָס וואָרט „אָטקאַזניקעס‟, ניט איבערגעזעצט, מ’זאָל וויסן, פֿון וואַנעט ס’שטאַמט דער באַגריף, ווי צום בײַשפּיל דאָס רוסישע וואָרט „ספּוטניק‟, וואָס איז געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַל וואָרט.
פּורים־שפּילן אין די 1970ער־1980ער יאָרן, האָט מען דורכגעפֿירט אויף „קאָנספּיראַטיווע‟ דירות אין מאָסקווע, לענינגראַד, אָדעס, ריגע, קעשענעוו, טאַלין, ווילניוס, טביליסי… אין אָדעס און אין כאַרקאָוו אויף די מישפּטים איבער ייִדישע אַקטיוויסטן, וועלכע מע האָט באַשולדיקט אין פֿאַרשידענע בילבולים, וואָס „שוואַרצן די סאָוועטישע און פּאָליטישע אָרדענונג‟; ווי אַ באַווײַז פֿון זייער שולד האָט מען געבראַכט ציטאַטן פֿון זייערע פּורים־שפּילן.
די הויפּטהעלדן פֿון די סאָוועטישע פּורים־שפּילן זײַנען געווען, פֿאַרשטייט זיך, “המן” — די „קאַגעביסטן‟ און “מרדכי” — געסט פֿון פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אָן די צוויי פּורים־פּערסאָנאַזשן: קאַגעבע־לײַט און אויסלאַנד־געסט, וואָלטן די פֿאָרשטעלונגען ניט געהאַט קיין שום זינען. (ברעזשנעוו, ווי אַזוי מע זאָל זיך צו אים ניט באַציִען, איז זיכער קיין המן ניט געווען).
די פּורים־שפּילן זײַנען געווען אַ פֿאָרעם פֿון פּראָטעסט קעגן דער מאַכט, וועלכע האָט ניט אַרויסגעלאָזט פֿון לאַנד די ייִדן, וואָס האָבן געוואָלט עמיגרירן; און כּדי דער פּראָטעסט זאָל דערגיין צו דער מאַכט, האָט מען אומבאַדינגט געדאַרפֿט, אַז די מענטשן פֿון קאַגעבע זאָלן פֿאַרפֿאָלגן די פּורים־שפּילער און די אַנדערע אָנטיילנעמער. אויך די אויסלענדישע געסט האָבן געדאַרפֿט פֿאָטאָגראַפֿירן, פֿאַרשרײַבן און שפּעטער באַשרײַבן צי דערציילן אין די מערבֿ־מעדיאַ וועגן די אונטערערדישע סאָוועטישע פּורים־שפּילן.
און כאָטש מיר קאָנען הײַנט לייענען אין פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס און אין אינטערנעץ, אַז די פּורים־שפּילן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען געווען אַ נײַע פֿאָרעם פֿון דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן לעבן, אַן אַקטיוויזירונג פֿון דער ייִדישער קולטור, מיין איך, אַז דאָס זענען געווען ריין פּאָליטישע אַקציעס און צו דער ייִדישער קולטור, צו ייִדישקייט בכלל, האָבן זיי געהאַט אַ קליינעם שײַכות. יעדן פֿאַלס, איך האָב ניט געלייענט, אַז שפּעטער זאָלן די אָטקאַזניקעס, וועלכע זײַנען סוף־כּל־סוף אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל און פֿאַראייניקטע שטאַטן, ממשיך זײַן עפּעס אַ „קולטור־אַרבעט‟ אין די נײַע פֿאַר זיי לענדער; זיי זאָלן שוין אין זייער נײַע היימען אָרגאַניזירן פּורים־שפּילן. כאָטש אויך דאָ האָט מען וועמען אויסצולאַכן, פֿון וועמען חוזק צו מאַכן בפֿרט אַז המנס אויף דער וועלט פֿעלן אויך הײַנט ניט אויס.
יעדע תּקופֿה האָט זיך איר פּורים־שפּיל און איר המן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.