ניו־יאָרק. — הערשל שעכטער, אַ פֿירנדיקע פֿיגור אינעם „ישיבֿה-אוניווערסיטעט‟, ווערט באַטראַכט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע אַמעריקאַנער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע רבנים. מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט ער אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל, ווען ער האָט פֿאַרגליכן פֿרויען צו מאַלפּעס און פּאָפּוגײַען און פֿאַרטיידיקט דעם מאָרד פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער-מיניסטער יצחק ראַבין.
דאָס מאָל, איז ער ווידער אויפֿגעטראָטן מיט ראַסיסטישע ווערטער, בעת אַ שמועס מיט אַ גרופּע בריטישע רבנים. שעכטער האָט זיי דערציילט, אַז די אַמעריקאַנער תּפֿיסות זענען אַ סכּנה פֿאַר אַ ייִד, ווײַל מע קאָן טרעפֿן אין איין קאַמער מיט אַ „אַ שוואַרצן מוסולמענער, וועלכער וויל אויסהרגענען אַלע ייִדן‟. ער האָט אויסגענוצט דאָס ייִדישע וואָרט „שוואַרצע‟, וואָס אויף ענגליש טראָגט אַ בפֿירוש ראַסיסטישן טעם.
אין שײַכות צו די מעשׂיות מיט סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער, וועלכע זענען לעצטנס אַרויפֿגעשוווּמען אין אַ צאָל בילדונג-אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט דעם „ישיבֿה-אוניווערסיטעט‟ און אויפֿגערודערט די ייִדישע וועלט, האָט שעכטער געזאָגט, אַז „ס׳קאָן זײַן, אַז די גאַנצע זאַך איז אַ באָבע-מעשׂה‟. ער האָט פֿאָרגעלייגט צו שאַפֿן ספּעציעלע גרופּעס פֿון רבנים אין די ייִדישע קהילות, וועלכע זאָלן באַטראַכטן יעדן קלאַנג וועגן סעקסועלע באַלעסטיקונגען און באַשליסן, צי די מעשׂה איז טאַקע אמת, איידער מע גיט זי איבער צו דער פּאָליציי.
ווי אַ הוספֿה צו זײַנע מיינונגען וועגן די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער און מוסולמענער, האָט דער רבֿ זיך אויסגעדריקט נעגאַטיוו וועגן די חרדים און געמאָלדן, אַז די ניו־יאָרקער שפּיטעלער באַהאַלטן אויס די פֿאַלן, ווען חרדישע מוהלים שטעקן אָן קינדער מיט הערפּעס, כּדי נישט צו פֿאַרלירן די שטאַרק-פֿרומע פּאַציענטן.
רעקאָרדירונגען פֿון שעכטערס ווערטער בעת זײַן רעדע אין לאָנדאָן, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן אין פֿעברואַר, האָבן זיך באַוויזן דעם 15טן מאַרץ אויף דער וועבזײַט „FailedMessiah.com‟. דער Forward האָט באַשטעטיקט די אינפֿאָרמאַציע.
שעכטער איז באַוווּסט ווי איינער פֿון די חשובֿסטע רבנים אין דער „טעאָלאָגישער סעמינאַריע אויפֿן נאָמען פֿון יצחק אלחנן‟ בײַם „ישיבֿה-אוניווערסיטעט‟. אַזעלכע גרויסע פֿרומע אָרגאַניזאַציעס, ווי „דער אַמעריקאַנער רבנישער ראַט‟ (RCA) און דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟ פֿאַרבעטן אים כּסדר צו געבן שיעורים און עצות. הרבֿ שמואל הערצפֿעלד, דער מנהיג פֿון דער וואַשינגטאָנער נאַציאָנאַלער שיל „אוהבֿ שלום‟ אין וואַשינגטאָן, האָט איבערגעגעבן, אַז הונדערטער רבנים הערן זיך צו צו שעכטערס יעדעס וואָרט און פֿאָלגן אַלע זײַנע פּסקי-דינים. דערפֿאַר, האָט צוגעגעבן הערצפֿעלד, טראָגט ער אַ באַזונדער אַחריות פֿאַר זײַנע אַרויסזאָגונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.