מאָנטיק, דעם 25טן מאַרץ, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער-מיניסטער, בנימין נתניהו, איבערגעגעבן, אַז מע וועט ווײַטער אויסגעבן יעדן חודש דאָס געלט פֿון די שטײַער-פֿאָנדן פֿאַר דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע אויף אַ נאָרמאַלן אופֿן. נתניהו האָט עס באַשלאָסן צו טאָן נאָך באַראַק אָבאַמאַס וויזיט קיין ישׂראל און אויפֿן מערבֿ־ברעג, און ווי אַן ענטפֿער אויף די בקשות פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן.
אין נאָוועמבער 2012 האָט די „יו־ען‟ אָנערקענט די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע ווי אַ מלוכה מיט אַ באַגרענעצטן אָבסערווירער-סטאַטוס, צוליב דער טעטיקייט פֿונעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט זינט דעמאָלט פֿאַרפֿרוירן די שטיצע-פֿאָנדן און קאָנפֿיסקירט אַ סומע פֿון אַרום אַ מיליאַרד שקל, כּדי אָפּצוצאָלן די חובֿות, וואָס די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע איז געווען שולדיק דער ישׂראלדיקער עלעקטרישער קאָרפּאָראַציע און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.
די צײַטונג „האָרץ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז בעת דעם באַזוך אין ישׂראל די וואָך, האָבן אָבאַמאַ און דזשאָן קערי, דער אַמעריקאַנער מלוכה-סעקרעטאַר, געבעטן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער צו ווײַזן, דורך אַ סעריע מאָסמיטלעך, אַז ישׂראל האָפֿט צו באַנײַען די פֿאַרהאַנדלונגען. די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע קלײַבט זיך איבערצוגעבן דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע אַ האַלב מיליאַרד דאָלאַר, האָפֿנדיק, אַז צוזאַמען מיטן ישׂראלדיקן פֿאָנד וועט עס העלפֿן דער פּאַלעסטינער עקאָנאָמיע.
אין די לעצטע חדשים, האָט די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע געליטן פֿון אַ שטאַרקן פֿינאַנציעלן קריזיס, צוליב דעם מאַנגל פֿון אויסלענדישער שטיצע. דאָס האָט ווידער אָנגעצויגן אירע באַציִונגען מיט ישׂראל. דער „אינטערנאַציאָנאַלער מאָנעטאַרער פֿאָנד‟ האָט מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק געוואָרנט, אַז דער מצבֿ איז געוואָרן גאָר שווער. דער פּאַלעסטינער אַרבעט-מיניסטער, אַכמאַד מאַדזשאַלאַני, האָט אָבער געמאָלדן, אַז די איצטיקע אַמעריקאַנער שטיצע איז נישט גענוג צו לייזן דעם קריזיס. אינעם יאָר 2012 האָבן פֿאַרשיידענע קוואַלן צוגעזאָגט צו העלפֿן דער אויטאָנאָמיע מיט 1.3 מיליאַרד דאָלאַר שטיצע; דערווײַל האָט מען אָבער באַקומען נאָר 800 מיליאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.