װיפֿל ייִדן װױנען איצט אין ביראָבידזשאַן? דאָס איז די ערשטע פֿראַגע װאָס מען פֿרעגט, װען מען הערט װעגן דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט. מען זאָגט, אַז די צאָל בלײַבט מער־װײניקער די זעלבע, װײַל דאָס דאָזיקע לאַנד האָט אַ מערקװירדיקע אײגנאַרטיקײט: מען פֿאָרט אַװעק, אָבער עס בלײַבן סײַ װי סײַ אַרום צען טױזנט ייִדישע נפֿשות, אױב ניט נאָך מער. פֿאַר אַ רעלאַטיװ קלײנער שטאָט איז דאָס ניט װינציק. אָבער נאָך װיכטיקער איז דער באַזונדערער כאַראַקטער פֿון ביראָבידזשאַנער ייִדן. אין די סאָװעטישע צײַטן איז דאָס געװען אַ קאַנט, װוּ מען האָט כּמעט ניט געװוּסט װעגן אַנטיסעמיטיזם, און צו זײַן אַ ייִד איז דאָרט געװען אַ נאָרמאַלע זאַך.
ביראָבידזשאַן האָט געגעבן דער װעלט אַן אײגנאַרטיקע ייִדישע קולטור, װאָס האָט באַזונגען דעם נײַעם סאָװעטישן ייִד, די װילדע סיבירער נאַטור, און דאָס נײַע ייִדישע לעבן אױף דער ערד. אין תּוך גענומען איז דאָס געװען אַ טעריטאָריאַליסטישער חלום, װאָס װאָלט געקאָנט ראַטעװען אַ סך ייִדן פֿונעם חורבן. אָבער צוליב פֿאַרשידענע סיבות, קודם־כּל, פּאָליטישע, האָט די סאָװעטישע מלוכה פֿאַרלױרן דעם אינטערעס צום דאָזיקן פּלאַן נאָך פֿאַר דער מלחמה, און די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט איז פֿאַרבליבן אַ האַלב־געבאַקענע.
װאָס הערט זיך מיט דער ייִדישער קולטור אין ביראָבידזשאַן הײַנט? די אָרטיקע צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ דרוקט נאָך אַלץ ייִדישע מאַטעריאַלן אַלע װאָך, און מען קאָן זײ איצט לײענען אױף דער אינטערנעץ. עס זײַנען נאָך פֿאַראַן אױפֿשריפֿטן אױף ייִדיש, מען מאַכט קאָנצערטן, אָבער די הױפּט־שפּראַך פֿון קולטור איז אַװדאי רוסיש. און דאָך בלײַבט די ייִדישע טעמע לעבעדיק, װי מען קאָן זיך דערװיסן פֿון די װערק פֿונעם ביראָבידזשאַנער שרײַבער אַלכּסנדר דראַבקין.
דראַבקין פּאַסט ניט צו דעם סטערעאָטיפּ פֿונעם סאָװעטישן אָדער פּאָסט-סאָװעטישן ייִד. ער איז נענטער צו די ייִדן פֿון די 1920ער־1930ער יאָרן, און ניט אומזיסט איז זײַן באַליבטער שרײַבער איסאַק באַבעל. אַלײן אַרבעט ער װי אַן קרימינעלער פּראָקוראָר אינעם ביראָבידזשאַנער אױספֿאָרש־קאָמיטעט, כאַפּט גנבֿים און מערדער און שרײַבט דערצײלונגען. זײַן פּראָזע האָט אַ װוּנדערלעכן ייִדישן חן. דאָס זעט מען אי אין די כאַראַקטערן, אי אין די דיאַלאָגן, אָבער קודם־כּל, אין דער דערצײלערישן „איך‟ פֿונעם מחבר אַלײן.
די ליטעראַרישע קאַריערע פֿון אַלכּסנדר דראַבקין האָט זיך אָנגעהױבן פֿון אַ שמועס מיט שירה גאָרשמאַן. זי האָט בײַ אים געפֿרעגט: „סאַשענקע, װעמען האָסטו ליב צו לײענען?‟ — „איך האָב ליב באַבעלן‟, האָט ער געענטפֿערט. זאָגט זי: „יונגערמאַן, אײַער געשמאַק איז ניט קײן שלעכטער. איך האָב געקענט באַבעלן‟. און שירה גאָרשמאַן האָט אים דערצײלט, אַז װען באַבעל האָט זיך דערװוּסט, אַז דער קינסטלער מענדל גאָרשמאַן האָט בדעה חתונה צו האָבן מיט איר, האָט ער געזאָגט: „װאָס, ביסטו אַ משוגענער? זי איז דאָך אַ קאָזאַק אין אַ קלײדל!‟
אַזױ אַרום ציט דראַבקין זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון באַבעל דורך שירה גאָרשמאַן. אָבער דראַבקינס סטיל איז ניט קײן נאָכמאַכערישער. ער זאָגט, אַז אַלײן קאָן ער ניט אױסטראַכטן קײן מעשׂיות. ״מײַנע העלדן — אָדער בין איך דאָס אַלײן, דאָס הײסט, איך באַשרײַב עפּעס, װאָס איז פֿאָרגעקומען מיט מיר, — אָדער איך שרײַב װעגן דעם, װאָס איך האָב געהערט פֿון אַנדערע מענטשן, װעלכע פֿאַרשטײען װי אַזױ צו דערצײלן. קײן איין מעשׂה מײַנע איז ניט אױסגעטראַכט.‟
זײער אַ חשובֿע ראָלע שפּילט אין דראַבקינס מעשׂיות זײַן מאַמע, אַ פּשוטע ביראָבידזשאַנער ייִדענע, װעלכע האָט געהאַט אײן האַנט, אָבער אַ סך טאַלאַנטן. זי איז געװען דער קאָמענדאַנט אין אַ פֿרױען–צוזאַמענװױנונג, און דאָס האָט געגעבן אַ רײַכן רױשטאָף פֿאַר דראַבקינס קורצע, שאַרפֿע און זאַפֿטיקע מעשׂיות. זײַנע העלדן זײַנען פּראָסטע ביראָבידזשאַנער תּושבֿים, ייִדן, רוסן, טאָטערן. ביראָבידזשאַן איז אין תּוך גענומען געװען אַ שטעטל, מיט אײגענע גדולים, חכמים, נאַראָנים און משוגעים. „אין יעדן ראַיאָן, אין יעדער אַנשטאַלט איז געװען אַן אײגענער ׳מישיגענער׳. אַלע האָבן אים געקענט, מען האָט פֿון אים געלאַכט, אָבער מען האָט אים ניט באַעװלט — דאָס האָט מען געהאַלטן פֿאַר אַ זינד. […] אַ גוטער ׳מישיגענער׳ איז אַ מתּנה פֿאַר יעדן קאָלעקטיװ‟.
דראַבקין קאָן זיך ניט פֿאָרשטעלן זײַן לעבן מחוץ ביראָבידזשאַן. אַלע זײַנע קרובֿים זײַנען אַװעקגעפֿאָרן אין די 1990ער יאָרן קײן ישׂראל, אָבער ער זאָגט װעגן זיך: „איך בין מסתּמא אַרײַנגעװאַקסן אין די דאָזיקע שטײנער, קאָן זיך קײן אַנדער אָרט חוץ ביראָבידזשאַן, ניט פֿאָרשטעלן. איך דאַרף אָטעמען מיט דעם דאָזיקן פֿראָסט, איך דאַרף זען די דאָזיקע גאַסן.‟ און ער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ פֿאַנטאַסטיש ליד װעגן אַ ביראָבידזשאַנער קיבוץ־גלויות. אין זײַן חלום װעלן אַלע אַמאָליקע ביראָבידזשאַנער, טױטע און לעבעדיקע, זיך אומקערן אין איינעם אַ טאָג אַהײם, „װען עס װעט זײַ רופֿן דער בלעטערפֿאַל‟.
ביראָבידזשאַן איז געװען אַן אָרט װוּ ייִדישקײט און סאָװעטישקײט האָבן געלעבט בשלום. עלטערע ייִדן האָבן געדאַװנט אין שיל אָבער געגעסן חזיר. און אַפֿילו די חזרים האָבן דאָרט פֿאַרשטאַנען ייִדיש. „מײַן מאַמע‟, שרײַבט דראַבקין, „האָט גערעדט מיט זײ אױסשליסלעך אױף דעם לשון פֿון די אָבֿות‟. פֿאַר דראַבקינען איז ביראָבידזשאַן דאָס לאַנד פֿון די גליקלעכע קינדער־יאָרן, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אינעם הױז נומער 23 אױף שלום־עליכם־גאַס. זײַן לשון, זײַן כּוח־הדמיון און זײַן װעלטבאַנעם שטאַמען פֿון יענע צײַטן. די שפּעטערע דראַמאַטישע געשעענישן, די „פּערעסטרױקע‟ און דער סוף פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָבן ניט געמאַכט אױף אים קײן שטאַרקן רושם און זיך כּמעט ניט אָפּגעשפּיגלט אין זײַנע דערצײלונגען. זײַן הײם פֿאַרבלײַבט אין דעם עבֿר: „מיר װאָלטן אַלע געלעבט לאַנג און גליקלעך, אױב מיר װאָלטן אױף שטענדיק פֿאַרבליבן אין אונדזער קינדהײט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.