אויף איין גאָרן פֿונעם „International Center for Photography‟ אין ניו־יאָרק אין פֿאַראַן די שוין רעצענזירטע אויסשטעלונג פֿון ראָמאַן ווישניאַק, אָבער אויף אַ צווייטן גאָרן קען מען הנאה האָבן פֿונעם ווערק פֿון נאָך אַ ייִדישן פֿאָטאָגראַף, וועלכער האָט געניצט עטלעכע נעמען אין זײַן לעבן, אָבער געבוירן איז ער מיטן נאָמען דוד שימין.
דוד שימינס פֿאָטאָגראַפֿיעס האָבן ווייניק ענלעכקייטן צו ווישניאַקס, אָבער אין אַ געוויסער צײַט, די ערשטע יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען זיי ביידע צוריקגעפֿאָרן פֿון אַמעריקע קיין אייראָפּע צו דאָקומענטירן דאָס לעבן דאָרטן. שימין איז געווען מער פּאָליטיש־לינק געשטימט ווי ווישניאַקן, און כאָטש די אידעאָלאָגיע פֿילט מען נאָר אינעם הינטערגרונט פֿון זײַן קונסט, האָט זײַן פּאָליטיק געהאַט אַ השפּעה אויף זײַנע באַשלוסן — וואָס און וועמען צו פֿאָטאָגראַפֿירן. מער וויכטיק ווי זײַן אידעאָלאָגיע, איז זײַן מענטשלעכקייט וואָס מע פֿילט אין זײַנע בילדער.
דוד שימין איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן אין 1911, אַ זון פֿון דער באַקאַנטער וואַרשעווער פֿאַרלעגערישער משפּחה (למשל, די סעריע „שימינס גרויסע וועלט־ביבליאָטעק), האָט ער זיך געגרייט צו אַרבעטן אין דעם משפּחה־געשעפֿט און שטודירט אין לײַפּציג, דערנאָך אינעם פּאַריזער סאָרבאָן אין 1932.
כּדי צו דעקן זײַנע הוצאות, האָט ער געקויפֿט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט און אָנגעהויבן צו פֿאָטאָגראַפֿירן די אונטערנעמונגען פֿון דער „פּאָפּולערער פֿראָנט־באַוועגונג‟ וואָס דער זשורנאַל „רעגאַרד‟ האָט בײַ אים באַשטעלט. שימין האָט געהאַלטן ,אַז זײַן נאָמען איז געווען צו שווער אַרויסצורעדן אָדער אויסלייגן האָט ער געניצט דעם פּען־נאָמען „שים‟. אין פֿרילינג 1936 האָט מען אים געשיקט קיין שפּאַניע צו פֿאָטאָגראַפֿירן דאָס שפּאַנישע פֿאָלק נאָך די וואַלן. זײַנע בילדער פֿון יענער צײַט האָט מען איבערגעדרוקט אין זשורנאַלן איבער דער וועלט, און צוזאַמען מיט ראָבערט קאַפּאַ און גערדאַ טאַראָ איז ער געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָטאָגראַפֿן פֿונעם שפּאַנישן בירגער־קריג.
אין 1939, ווי אַ ייִד און אַ לינקער, האָט ער געמוזט אַנטלויפֿן פֿון פֿראַנקרײַך. אויף אַ שיף פֿול מיט שפּאַנישע פּליטים, איז ער אָנגעקומען קיין מעקסיקע און אַ יאָר שפּעטער, קיין ניו־יאָרק, וווּ עס האָט אויף אים געוואַרט זײַן עלטערע שוועסטער אַלאַ שנײַדערמאַן, די פֿרוי פֿונעם ייִדישן שרײַבער ש. ל. שנײַדערמאַן.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, האָט ער געאַרבעט אין ענגלאַנד אינעם אָפּטייל פֿון רעקאָנעסאַנס. ער איז אָנגעקומען קיין פּאַריז עטלעכע טעג נאָך דער באַפֿרײַונג אין 1944. אין 1947 האָט ער מיטגעגרינדעט דעם באַקאַנטן אומאָפּהענגיקן פֿאָטאָ־קאָלעקטיוו „מאַגנום פֿאָטאָס‟. ביז זײַן טויט האָט ער דאָקומענטירט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אין דער נאָך־מלחמהדיקער אייראָפּע און אויפֿגעלעבט זײַן קאַריערע ווי אַ פֿאָטאָ־זשורנאַליסט אונטערן נאָמען דייוויד סימאָר.
אין 1951 איז ער געפֿאָרן עטלעכע מאָל קיין מדינת־ישׂראל און אין נאָוועמבער 1956, עטלעכע טעג נאָכן סוף פֿון דער מלחמה בײַם סועץ־קאַנאַל, נאָך דעם ווי מע האָט שוין אונטערגעשריבן אַ שלום־אָפּמאַך, איז ער געפֿאָרן צום קאַנאַל און אַן עגיפּטישער סנײַפּער האָט אים דערשאָסן.
אויף דער עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג אין ניו־יאָרק איז געקומען בען שנײַדערמאַן, דער זון פֿון אַלאַ און ש. ל. שנײַדערמאַן און דער פּלימעניק פֿון דוד שימין, וואָס האָט דערציילט ווי דער טראַגישער טויט פֿונעם פֿעטער האָט געווירקט אויף זײַן משפּחה. זײַן מאַמע האָט איבערגענומען דאָס אַחריות פֿאַרן ברודערס ווערק און זיי געהיט איר גאַנץ לעבן. „הײַנט טראָג איך דאָס אַחריות פֿאַר דער זאַמלונג, און דערפֿאַר קוועל איך אָן פֿון דער אויסשטעלונג פֿון דער איבערגעגעבנקייט צו דער אַרבעט פֿון דער קוראַטאָרין סינטיאַ יאָנג‟ האָט ער געזאָגט.
אויף איין וואַנט פֿון דער אויסשטעלונג האָט יאָנג צוזאַמענגענומען מער ווי 20 נומערן פֿונעם זשורנאַל „רעגאַרד‟ מיט שימינס פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער הילע. זײַנע בילדער פֿונעם אַרבעטער־לעבן אין פֿראַנקרײַך אין די 1930ער יאָרן, די בילדער פֿונעם שפּאַנישן בירגער־קריג, זײַנע בילדער פֿון אייראָפּע נאָך דער מלחמה, און זײַנע בילדער פֿון דער יונגער מדינת־ישׂראל אין די 1950ער יאָרן — קען מען אַלץ הײַנט זען אויף דער אַרומנעמיקער אויסשטעלונג, וואָס איז זיכער כּדאַי צו באַזוכן. די אויסשטעלונג וועט זיך שליסן דעם 5טן מײַ.
זעט דעם „פֿאָרווערטס‟־ווידעאָ־באַריכט וועגן דער אויסשטעלונג:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.