דעם 23סטן מאַרץ, האָבן די קרובֿים פֿון באָריס בערעזאָווסקי, דער סתּירותדיקער רוסישער אָליגאַרך, געפֿונען אים טויט אין זײַן הויז לעבן לאָנדאָן. די ענגלישע פּאָליציי פֿאָרשט אויס די ווערסיע וועגן אַ מעגלעכן זעלבסטמאָרד. יעגאָר שופּע, בערעזאָווסקיס איידעם, וועלכער האָט געפֿונען דעם גוף, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן שווער האָט געליטן לעצטנס פֿון דעפּרעסיע און כּמעט נישט גערעדט מיט זײַן משפּחה און פֿרײַנד.
נישט לאַנג צוריק האָט בערעזאָווסקי פֿאַרשפּילט אַ גרויסן געריכט-פּראָצעס מיט ראָמאַן אַבראַמאָוויטש, אַן אַנדער רוסישער אָליגאַרך, וועלכער וווינט אויך אין ענגלאַנד. בערעזאָווסקיס געוועזענע דריטע פֿרוי, יעלענאַ גאָרבונאָוואַ, האָט זיך דערשלאָגן צו פֿאַרפֿרירן זײַנע אַקטיווע קאַפּיטאַלן און געפֿאָדערט בײַם געוועזענעם מאַן אַ ריזיקע סומע געלט. אינעם יאָר 2008 האָט דער זשורנאַל „פֿאָרבס‟ אָפּגעשאַצט בערעזאָווסקיס קאַפּיטאַל ווי 1.3 מיליאַרד דאָלאַר. אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער אָבער פֿאַרלוירן זײַן פֿאַרמעגן און געבליבן מיט חובֿות. ס׳איז מעגלעך, אַז צוליב דער ביטערער פֿינאַנציעלער מפּלה האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן.
אין רוסלאַנד, איז בערעזאָווסקי געווען באַשולדיקט אין כּלערליי פֿינאַנציעלע פֿאַרברעכנס און פֿינצטערע מאַפֿיע־געשעפֿטן. ער איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ מעכטיקער און סתּירותדיקער פּאָליטישער טוער, וועלכער האָט פֿאַרנומען הויכראַנגיקע פּאָזיציעס ביזן יאָר 2001, ווען ער איז אַנטלאָפֿן קיין ענגלאַנד. לויט בערעזאָווסקיס אייגענער ווערסיע, האָט ער געשפּילט אַ שליסל-ראָלע אינעם אַרויפֿברענגען דעם פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין צו דער מאַכט אין 1999. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ער אָבער געמאָלדן, אַז ער קלײַבט זיך צו אָרגאַניזירט אַ פּאָליטישע איבערקערעניש אין רוסלאַנד. די בריטישע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן אים געגעבן אַן אַזיל-סטאַטוס אין 2003, און באַטראַכט די באַשולדיקונגען קעגן אים אין רוסלאַנד ווי פּאָליטישע רדיפֿות.
צוליב די סתּירותדיקע געשעפֿטן און אַ שווערן כאַראַקטער, האָט בערעזאָווסקי געהאַט אַ סך סכּנותדיקע שׂונאים. די ענגלישע פּאָליציי האָט אָבער געמאָלדן, אַז מע האָט נישט געפֿונען קיין סימנים פֿון אַ מעגלעכן מאָרד. דער געוועזענער אָליגאַרך — 67 יאָר אַלט — איז געשטאָרבן אין אַ פֿאַרשלאָסענעם וואַשצימער. במשך פֿון די לעצטע 13 יאָר האָט ער געלעבט אין איזאָלאַציע.
בערעזאָווסקי, זײַענדיק אַ פּראַוואָסלאַוונער קריסט פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם, פֿלעגט אַקטיוו שטיצן פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד, אַרײַנגערעכנט די „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילה‟, וועלכע האָט אַ שײַכות צו חב״ד־ליובאַוויטש. אין זײַנע אינטערוויוען האָט ער אָבער כּסדר באַטאָנט, אַז צו זײַן אַ ייִד איז פֿאַר אים אַן עטנישע קאַטעגאָריע, און האָט זיך דעפֿינירט ווי „אַ קריסט לויט רעליגיע, אַ ייִד לויט נאַציאָנאַליטעט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.