איך בין זיכער, אַז צווישן די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ זײַנען דאָ אַזעלכע, פֿאַר וועמען די געשעענישן, וואָס האָבן זיך געהאַט אָפּגעשפּילט אין פּוילן מיט 45 יאָר צוריק, שטעלן מיט זיך פֿאָר מער ווי פּשוט נאָך איין זײַטל אין דער געשיכטע — אי דער ייִדישער, אי דער פּוילישער. דעמאָלט, נאָך די סטודענטישע דעמאָנסטראַציעס אין מאַרץ 1968, האָט וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַס רעגירונג געפֿונען די „שולדיקע‟ — די רעשטלעך פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. פּאַראַדאָקסאַל, אַז די כפּרה-הינדלעך זײַנען געוואָרן די וואָס האָבן באַשלאָסן ניט צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, ווי עס האָבן צו יענער צײַט שוין געטאָן ס’רובֿ פּוילישע ייִדן.
דאָס הייסט, אַז „שולדיק‟ זײַנען געווען די לײַט, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן זייער געטרײַשאַפֿט דעם קאָמוניסטישן רעזשים. נאָך מער: אַ היפּש ביסל פֿון זיי זײַנען אַליין געווען אויסגעפּרוּווטע וועטעראַנען פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. אמת, באַשולדיקט האָט מען זיי אָפֿט מאָל ניט פֿאַר זייערע אייגענע חטאָים, נאָר פֿאַר די עבֿירות פֿון זייערע זין און טעכטער, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט צי אַפֿילו געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אין די סטודענטישע פּראָטעסטן קעגן דער מלוכישער צענזור און אַנדערע באַגרענעצונגען פֿון מענשטן-רעכט. אין זייערע פּראָטעסטן האָט זיך קלאָר געפֿילט די השפּעה פֿון די געשעענישן אין טשעכאָסלאָוואַקײַ, וווּ מע האָט געפּרוּווט צו געפֿינען אַ רעצעפּט פֿאַר „סאָציאַליזם מיט אַ מענטשלעכן פּנים‟.
הײַנט ווייסן מיר שוין זייער גוט די אמתע ווערט פֿון קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַליזם — דער געוועזענער סאָוועטן-פֿאַרבאַנדן און זײַנע אַמאָליקע סאַטעליטן זײַנען הײַנט די לענדער, וווּ ראַסיזם און קסענאָפֿאָביע זײַנען שטאַרקער איידער אין אַנדערע אייראָפּעיִשע מדינות. אָבער דעמאָלט, אין יאָר 1968, איז נאָך געווען אַ ביסל שאָקירנדיק צו הערן פֿון גאָמולקאַ אָפֿענע אַנטי-ייִדישע דיבורים, דער אינהאַלט פֿון וועלכע איז געווען זייער קלאָר און פּשוט: „ייִדן, פֿאַרנעמט זיך פֿון אונדזער לאַנד און טוט עס וואָס גיכער‟.
אין די יאָרן 1968–1971 האָבן 12,927 ייִדן פֿאַרשטאַנען די ערנסטקייט פֿון דער לאַגע און טאַקע פֿאַרלאָזט פּוילן. אָפֿיציעל — אַזוי האָט געפֿאָדערט די פּוילישע רעגירונג — זײַנען זיי אַלע געפֿאָרן קיין ישׂראל, אָבער אין דער רעאַלקייט זײַנען אין דער ייִדישער מדינה אָנגעקומען נאָר 28 פּראָצענט פֿון דער דאָזיקער גרופּע עמיגראַנטן. אַ סך אַנדערע זײַנען געפֿאָרן קיין שוועדן, דענמאַרק און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווייניקער — קיין איטאַליע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און גרויס-בריטאַניע. אין שוועדן האָב איך געהערט, אַז די אימיגראַנטן פֿון יענער צײַט האָבן אַנדערע ייִדן גערופֿן, און רופֿן נאָך איצט, „די פּאָליאַקן‟ און גערעדט האָט מען וועגן זייער „ניט-ייִדישקייט‟. אין יענער גרופּע פּויליש-ייִדישע פּלטים האָבן טאַקע דאָמינירט אַסימילירטע, טיף אינטעגרירטע אין דער פּוילישער קולטור לײַט, ווײַל גראָד זיי האָבן זיך באַוווּסטזיניק „פֿאַרהאַלטן‟ אין פּוילן.
הגם די צאָל 13 טויזנט זעט ניט אויס ווי אַ גרויסע עמיגראַציע, האָט זי איבערגעלאָזט אַ שפּור סײַ הינטער זיך, סײַ אין די ערטער, וווּ מע האָט זיך באַזעצט. קודם-כּל, איז עס, אין תּוך אַרײַן, געווען דער סוף פֿון דעם פּויליש-ייִדישן ייִשובֿ. דערצו האָבן אַ סך עמיגראַנטן געהערט צו דער סמעטענע פֿון דער פּוילישער געזעלשאַפֿט. צווישן די 13 טויזנט זײַנען געווען אַריבער 500 פּראָפֿעסאָרן און אַנדערע געלערנטע, 200 זשורנאַליסטן און רעדאַקטאָרן, 60 מיטאַרבעטער פֿון טעלעוויזיע- און ראַדיאָ-סטאַנציעס, אַ הונדערט מוזיקער, אַקטיאָרן, קינסטלער און קינאָ-טוער. אַרום 250 לײַט האָבן געאַרבעט אין דער רעגירונג, אייניקע האָבן פֿאַרנומען גאַנץ הויכע שטעלעס.
צווישן די אַרויסגעטריבענע זײַנען געווען אויך די פֿירער פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין פּוילן נאָכן חורבן. קיין ישׂראל זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, אַ שטייגער, הערש סמאָליאַר (1905–1993) און דוד ספֿאַרד (1905–1981). סמאָליאַר געהערט צו באמת לעגענדאַרע פֿיגורן; אין זײַן ביאָגראַפֿיע האָבן זיך איבערגעמישט סאָוועטישע און פּוילישע קאָמוניסטישע דערפֿאַרונגען, ווי אויך דער קאַמף אין דער מינסקער געטאָ און אין דער פּאַרטיזאַנער באַוועגונג. זײַנע ביכער זכרונות, מיט אַ היפּשן עלעמענט פֿון היסטאָרישע פֿאָרשונגען, בלײַבן אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַר היסטאָריקער. אינטערעסאַנט זײַנען אויך די זכרונות פֿון ספֿאַרדן.
איך האָב ניט איין מאָל געשריבן וועגן אָט די צוויי מענטשן. לעצטנס, זײַנען זיי געוואָרן העלדן פֿון מײַן אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אויף פֿראַנצויזיש (איך שרײַב ניט אויף דער שפּראַך, אַזוי אַז מע האָט עס איבערגעזעצט פֿון ענגליש): HYPERLINK “//bcrfj.revues.org/6567” //bcrfj.revues.org/6567. איך שרײַב דאָרטן וועגן די ייִדישע וועטעראַנען פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג אין פּוילן, וועלכע האָבן געמוזט זיך באַזעצן אין ישׂראל, וווּ זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר די “עכטע” לעניניסטן און געקוקט אויף גאָמולקאַ און ענלעכע לײַט ווי אויף רענעגאַטן, פֿאַררעטער פֿון קאָמוניסטישע אידעאַלן.
דאָס יאָר 1968 האָט פֿאַרענדיקט די געשיכטע פֿון „נוסח פּוילן — אַזוי האָט מען אין די לינקע אָדער „פּראָגרעסיווע‟ (ווי זיי האָבן זיך אָפֿט מאָל גערופֿן) קרײַזן באַשריבן דעם צוגאַנג צו דער סאָציאַלער, קולטורעלער און עקאָנאָמישער לאַגע אין פּוילן נאָך דער באַפֿרײַונג פֿונעם לאַנד פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע. טויזנטער ייִדן, בפֿרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן געגלייבט, אַז פֿון דעם אַלעמען וועט זיך באַקומען עפּעס אַ יש. אייניקע האָבן אַפֿילו געהאַלטן, אַז דעם „נוסח פּוילן‟ וועט זיך אײַנגעבן אײַנפֿלאַנצן אויך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. און אַרויסגעלאָזט האָט זיך פֿון דעם אַלץ אַ בוידעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.