אױף װאָס איז ענלעך אונדזער פֿאָלק?...

What Are Our People Like?


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 25, 2013, issue of March 29, 2013.

„צו אַ שמוציקער אַרבעט טױגן מער פֿון אַלע מענטשן מיט רײנע הענט‟.
יאַנוש װאַסילקאָװסקי

מיט יאָרן צוריק האָב איך איבערגעלײענט אין די „ליקוטי חז”ל‟ אַ שײנע פֿילאָסאָפֿישע מעטאַפֿאָרע. איז פֿאַרבײַ אַ שאָק מיט יאָרן, אָבער, עס װײַזט אױס, אַז יענער אױסדרוק איז געבליבן אין מיר אױף אײביק, — „למה דומה העם הזה?‟ — אױף װאָס איז ענלעך אָט דאָס פֿאָלק? „העם הזה דומה לכּכבֿים.‟ — דאָס דאָזיקע פֿאָלק איז ענלעך אױף די שטערן. „כשהוא עולה, הוא עולה עד לככבֿים.‟ — װען ער שטײַגט שוין אַרױף, דערגרײכט ער ביז צו די שטערן. „למה דומה העם הזה?‟ — אױף װאָס איז ענלעך אָט דאָס פֿאָלק? „העם הזה דומה לעפֿר.‟ — דאָס דאָזיקע פֿאָלק איז ענלעך צום שטויב. „כשהוא יורד הוא יורד עד לעפֿר.‟ — װען ער לאָזט זיך שוין אַראָפּ, לאָזט ער זיך אַראָפּ טיף אין שטױב אַרײַן.

פֿריִער האָב איך געמײנט, אַז די פּרעראָגאַטיװע פֿון באָמבלען זיך צװישן הימל און דער און איבערלאָזן אַ פּאָר בכּבֿודיקע נעמען, אַ מאָל דאָרטן, אױפֿן אַלעמענס הימל, און אַ מאָל דאָ, אױף דער צעברעקלטער ערד, איז אַ טײל פֿון אונדזער באַזונדערן ייִדישן גורל, אַפֿילו װען מיר האָבן שױן אױסגעקרענקט אַן אײגענע מדינה. דער “אַלץ צעשמעטערנדיקער עמך”, װעלכן מיר האָבן געזען אין די טעלעװיזיע־רעפּאָרטאַזשן בעת דעם לעצטן “אַראַבישן פֿרילינג”, בײַ אונדז ייִדן איז שױן אַ גוטע צװײ טױזנט יאָר “נישט בנימצא”. בײַ אונדז, כ’מײן די רעשטלעך “ייִדישע” ייִדן, איז פֿאָרגעקומען אַ מין מוטאַציע, און, עס װײַזט אױס, אַז עס איז שױן גענוג אײן “גרױען קאַרדינאַל”, אַז ער זאָל חרובֿ מאַכן דאָס, װאָס דאָס פֿאָלק האָט געבױט און געשאַפֿט אין משך פֿון לאַנגע הונדערטער יאָרן.

די פֿריִערדיקע פֿאַרפֿירער פֿלעגן אָנציִען דעם המון, און מיט יענעמס הענט דערגרײכן זײער ציל. דער ניסתּר, אַ ייִד אַ חכם, האָט אַ מאָל געשריבן, אַז “פֿון הולכי־רכיל און שלעכטע באַרעדער קײנער איז נישט באַװאָרנט”. הײַנטיקער “גרױער קאַרדינאַל” איז אַ סך קליגער. ער װײסט, אַז ס’איז גענוג צו געפֿינען אַן אײן און אײנציקן “אַלמעכטיקן” טשינאָװניק אַן עם־האָרץ, װעלכער פֿאַרשטײט אין ייִדישקײט אַזױ פֿיל װי אַ גלח אין כּשרות; אים אײַנרוימען אין אױער אַרײַן, אַז “דער ט. איז אַ שפּיאָן, דער ב. האָט אַ סקאַנדאַליעזן כאַראַקטער, דער מ. איז אַ שיכּורניק, דער ל. שפּילט אַ ליבע מיט אַ חתונה געהאַטער פֿרױ”, און אַזױ װײַטער, לױטן “קלאַסישן” הולכי־רכיל־טעסטאַמענט. דעם גרױסן נאַטשאַלניק װעט שױן אין גאַנצן ניט אַרן, אַז דער ט. איז אַ גרױסער ייִדישער לינגװיסט, אַז דער ב. איז אײנער פֿון די גרעסטע הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבערס אױף דער װעלט, אַז דער מ. איז אַ גרױסער פֿאָלקס־דיכטער, און דער ל. איז בכלל אַ למד־װאָווניק… פֿאַרפֿאַלן… די אַלע ט., ב., ל. און מ. װעלן קרענקען טיף אין דר’ערד, דער “גרױער קאַרדינאַל” װעט בלײַבן אין אַ גוט באַצאָלטן שאָטן און דער נאַטשאַלניק אַן עם־האָרץ װעט זיך איבערקלײַבן אין אַ מער פּרעכטיקן און זיכערן פֿאָטעל, װאָס װײַטער פֿון ייִדיש.

אַ באַנאַלע זאַך, װעט איר זאָגן… זיכער, אַ באַנאַלע, װען עס װאָלט זיך גערעדט װעגן עפּעס אַן אַבסטראַקטער קולטור. אָבער איך רעד װעגן אונדזער פֿאַרבלוטיקטן ייִדיש.

אין מיטן די 1980ער יאָרן זײַנען געשען אַ פּאָר װיכטיקע געשעענישן, װעלכע האָבן געהאַט אַ באמת היסטאָרישע השפּעה אױף דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בפֿרט און אױף דער ייִדישער קולטור בכלל. איך רעד װעגן די צװײ פּובליקאַציעס, — דער יוגנט־נומער פֿון “סאָװעטיש הײמלאַנד” אין מאָסקװע און דאָס זאַמלבוך „װידערװוּקס‟ אין ניו־יאָרק, — בײדע צונױפֿגעשטעלט פֿון די װערק פֿון די ייִדישע ליטעראַטן, זשורנאַליסטן און קולטור־טוער, װעלכע זײַנען געבױרן געװאָרן נאָך דער מלחמה. די דריטע געשעענישן איז געװען דאָס גרינדן אַ ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ, און דאָס איז דער הײַנטיקער “ייִדישפּיל”. שױן דעמאָלט איז קלאָר געװאָרן, אַז דװקא אָט די־אָ “יונגע”, פּלוס אַ גרופּע פֿון די “געלערנטע אַרגענטינער”, װעלן פֿאַרנעמען די אַלע הױפּ־טנישעס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, דהײַנו, — אין דער ליטעראַטור, אין דער זשורנאַליסטיק, אין דער מוזיק, אין דער פּעדאַגאָגיק, אין טעאַטער און אין די פֿאַרשײדענע צװײַגן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע און װיסנשאַפֿט. פּונקט אַזױ איז דאָס געשען. אין צען יאָר אַרום נאָך יענע היסטאָרישע פּובליקאַציעס האָבן די “יונגע” באַקומען אַ געזעצלעכן שירעם אין מדינת־ישׂראל און אין אײראָפּע. עס זײַנען געגרינדעט געװאָרן אַ צענדליק נײַע קולטור־געזעלשאַפֿטן און דרוק־אָרגאַנען, אינעם ישׂראלדיקן אוניװערסיטעט בר־אילן האָט מען אָנגעהױבן אונטערריכטן ייִדיש אױף ייִדיש; ייִדיש האָט מען געלערנט אין בערך זעכציק שולן, אין „י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג‟, „ה. לײװיק־פֿאַרלאַג‟, „ישׂראל־בוך־פֿאַרלאַג‟ און „פֿאָרװערטס־פֿאַרלאַג‟ זײַנען אַרױס אַרום הונדערט ביכער פֿון די גאַנץ פֿרישע, װי אױך געניטע, מחברים, עס זײַנען געגרינדעט געװאָרן נײַע ליטעראַרישע זשורנאַלן, צײַטונגען און אַלמאַנאַכן.

ניט לאַנג, אָבער, האָט געדױערט דער יום־טובֿ. אַ טײל פֿון די װיכטיקע אָפֿיציעלע אַמטן האָבן פֿאַרנומען אַמביציעזע לעבן־ייִדיש־פֿונקציאָנערן, און װי אַ רעזולטאַט פֿון זײער „שעפֿערישער‟ טעטיקײט, האָבן מיר דאָס, װאָס מיר האָבן. פּונקט דאָס, װאָס מיר האָבן געהאַט מיט פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק: פֿאָרװערטס‟, „די צוקונפֿט‟ און „אױפֿן שװעל‟ — אין אַמעריקע, „לעבנס־פֿראַגן‟, בית שלום־עליכם און „ייִדישפּיל‟ אין ישׂראל. דאָס איבעריקע איז ניט מער װי אַ לופֿטבאַלאָן, אַ פֿיקציע, „פּאַפּירענע קינדערלעך‟ מיט אַ צענדליק פֿריש געבאַקענע פֿונקציאָנערן, גאָר װײַטע פֿונעם גרונטלעכן און אמתן געפֿיל צו דער ייִדישער קולטור בכלל און צום לעבעדיקן מאַמע־לשון בפֿרט.

איך שטעל זיך פֿאָר װי אַרנאָלד שװאַרצנעגער זיצט דאָנערשטיק אין אָװנט אין זײַן װײכן פֿאָטעל און לײענט דעם פֿרישן „פֿאָרװערטס‟, און בײַסט זיך די נעגל, און װערט פּשוט צעפּלאַצט פֿון קינאה, אַז זײַן אײביק יונגער „טערמינאַטאָר‟ װעט קײן מאָל ניט דערגרײכן די טיפֿענישן פֿון די „גרױע ייִדישע קאַרדינאַלן‟. פּשוט, אַ שאָד די צײַט, מיסטער שװאַרצנעגער…