ירושלים. הײַנט קומט פֿאָר דאָס טראַדיציאָנעלע „ברכּת־הכּהנים‟ בײַם כּותל־מערבֿי.
דמשׂק. די אָפּאָזיציאָנערן האָבן פֿאַרניכטעט דעם איראַנישן טראַנספּאָרט־עראָפּלאַן מיט געװער פֿאַרן סירישן רעזשים.
פּיאָנג־יאַנג. דער צפֿון־קאָרעיִשער רעזשים האָט אָפּגעהאַקט די „הײסע‟ טעלעפֿאָן־ליניע צװישן סעול און פּיאָנג־יאַנג. די נוקלעאַר־היסטעריע אין לאַנד האָט דערגרײכט דעם העכסטן פּונקט. די פֿאַראײניקטע שטאַטן: „מיר װעלן פֿאַרטײדיקן אונדזערע פֿרײַנד אין דרום־קאָרעע און יאַפּאַן‟.
פּאָרטוגאַל. די ליסבאָנער גאַסן זײַנען פּאַראַליזירט צוליב די מאַסן־דעמאָנסטראַציעס פֿון די אַרבעטסלאָזע. אַ טײל פֿון די דעמאָנסטראַנטן טראָגן די קאַצעט־קליידער.
קאַטאַר. די ליגע פֿון אַראַבישע לענדער האָט לעגיטימיזירט די אָפּאָזיציע־רעגירונג פֿון סיריע.
אַנקאַראַ. די טערקישע מיליטער־פּאָליצײַ האָט צעטריבן די ברוטאַלע דעמאָנסטראַציע פֿון די סירישע פּליטים. 70 פּליטים װעלן דעפּאָרטירט װערן פֿון טערקײַ.
בעלגיע. די פּאָליציי האָט דערשאָסן אײנעם פֿון די בולטסטע איסלאַמישע טעראָריסטן אין אײראָפּע — כאַקים בענלאַגעם. אין זײַן דירה אין בריסל האָט מען געפֿינען אַ גאַנצן געװער־סקלאַד.
סאָפֿיע. די בולגאַרישע רעגירונג װעט צושטעלן דעם פּאַרלאַמענט פֿון דער פֿאַראײניקטער אײראָפּע קלאָרע באַװײַזן, אַז „כיזבאַלאַ‟ איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן טעראָריסטישן אַטאַק אין װאַרנע, אין װעלכן עס זײַנען אומגעקומען פֿינף ישׂראלים און אײן בולגאַרישער בירגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.