אַנטווערפּן, בעלגיע. — אַ וויכטיקע אַנקעטע פֿון בעלגישע יונגע־לײַט האָט אָנגעוויזן, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז זיבן מאָל מער פֿאַרשפּרייט בײַ דער מוסולמענישער יוגנט, איידער בײַ דער נישט־מוסולמענישער. די אַנקעטע איז באַשטעלט געוואָרן פֿון דער בעלגישער רעגירונג און דורכגעפֿירט דורך דרײַ אוניווערסיטעטן אין לאַנד.
3,867 מיטלשול־תּלמידים אין אַנטווערפּן און גענט האָבן אויסגעפֿילט דעם פֿרעגבויגן. 1,068 פֿון די תּלמידים זענען געווען מוסולמענער.
צווישן די מוסולמענישע יונגע־לײַט, האָבן 50.9 מסכּים געווען מיטן זאַץ „די ייִדן העצן אויף מלחמה און באַשולדיקן אין דעם אַנדערע‟; בלויז 7.1% פֿון די נישט־מוסולמענער האָבן געזאָגט, אַז דאָס איז אמת.
מיטן זאַץ „די ייִדן קאָנטראָלירן אַלץ‟ האָבן 45.1% מוסולמענישע יונגע־לײַט מסכּים געווען, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז 10.8% פֿון די נישט־מוסולמענער.
בערך 35% פֿון די יוגנטלעכע מוסולמענער האָבן באַשטעטיקט, אַז „די ייִדן האָבן צו פֿיל השפּעה אין בעלגיע‟, אין פֿאַרגלײַך מיט 11.8% פֿון די נישט־מוסולמענער.
די רעזולטאַטן זענען פּובליקירט געוואָרן אין אַ באַריכט פֿון 360 זײַטן.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די ייִדישע בילדונג־אָרגאַניזאַציע אין בריסל, CEJI, וואָס פּראָמאָטירט טאָלעראַנץ אין אייראָפּע, זיך געוואָנדן צום בעלגישן דערציִונג־מיניסטער, פּאַסקאַל סמעט, כּדי אַרומצורעדן די אַנקעטע־רעזולטאַטן, וואָס די שטודיע האָט אַנטפּלעקט. „נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן מיר געהאָפֿט מער נישט צו זען אַזוינע קלאַסישע אַנטיסעמיטישע שטעלונגען אין דער דעמאָקראַטישער אייראָפּע,‟ האָט דער דירעקטאָר פֿון CEJI, ראָבין סקלאַפֿאַני, געשריבן.
קלאָוד מאַרינאָווער, דער בילדונג־דירעקטאָר אין אַנטווערפּן, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז די אַנקעטע־רעזולטאַטן באַזאָרגן אים. בעת אַן אינטערוויו מיט דער בעלגישער ייִדישער צײַטונג „יודס אַקטועל‟, האָט מאַרינאָווער געמאָלדן, אַז ער וועט צונויפֿשטעלן אַ פּלאַן צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם אין די שולן פֿון דער פֿלעמישער קרוינשטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.